מדינת ישראל פאדערט באפרייאונג פון עלף לעבעדיגע משכונות ביים אנהייב פון סיי וועלכע פאטענציעלע פייער אפשטעל‎

ב' ויקרא פ״ה

די אָרטיגע רעגירונג האָט געזאָגט פאַר די לענדער אַז אין אויסטויש פון באַפרייען עלף לעבעדיגע משכונות ביים אָנהייב פון א דיעל, זענען זיי גרייט איינצוגיין אויף א פייער אָפּשטעל און באַפרייען א גרויסע צאָל פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן. די יעצטיגע פאָרשלאַג איז אַז די פייער אָפּשטעל וועט אָנהאַלטן פאַר פערציג טעג, מיט די מעגליכקייט פאַר געשפּרעכן עס צו פאַרלענגערן אויף נאָכמער.

0:29

ניו יארק געזעץ פארשלאג וועט ערלויבן רעסטוראנטן אוועקצושטעלן אוטדאור זיצן אגאנץ יאר, נישט נאר אין זומער מאנאטן‎

ב' ויקרא פ״ה

די פאָרשלאַג קומט אינעם טאָג וואָס די סיטי'ס אַוטדאָור דיינינג פּראָגראַם גייט היינט אַריין אין אַפעקט, און די סיטי טראַנספּאָרטאַציע דעפּאַרטמענט האָט געגעבן פּערמיטס פאַר 617 בודקעס און מער ווי 1,800 שעדס וואָס רעסטוראַנטן וועלן אַוועקשטעלן אַז קאָסטומערס זאָלן קענען עסן אין גאַס. אַסעמבלימאַן טאָני סימאון האָט געזאָגט אַז ער וועט אַרויסשטעלן א געזעץ פאָרשלאַג אין אָלבאַני, צו מאַכן די אַוטדאָור רעסטוראַנט ערלויבעניש עוועילעבל אַגאַנץ יאָר, וויבאַלד קאָסטומערס און לאָקאַלע ביזנעסער ווילןדאס.

0:39

פרעזידענט טראמפ באשטעטיגט געפלאנטע באזוך קיין סאודי אראביע, און מעגליך אויך עמירעיטס און קאטאר‎

ב' ויקרא פ״ה

טראָמפּ האָט געזאָגט אַז ער איז ערוואַרטעט אויך צו באַזוכן אין קאַטאַר און אין די יונייטעד אראב עמירעיטס, און טראָץ וואָס ער האָט נישט דערמאַנט מדינת ישראל, האָט ער געזאָגט אַז ער וועט מעגליך באַזוכן נאָך עטליכע לענדער אינעם ראַיאָן. טראָמפּ זאָגט אַז ער מאַכט זיין ערשטע רייזע קיין סאַודי אַראַביע צוליב וואָס די אָרטיגע מלוכה האָט פאַרשפּראָכן צו אינוועסטירן נאָנט צו איין טריליאָן דאָלער אין פאַרשידענע אַמעריקאַנער קאָמפּאַניס.

0:31

הכל בכל

ב' ויקרא פ״ה

ניצלעך -

וואס יא און וואס נישט ביים רוימען דאס הויז לכבוד פסח

25:05

הכל בכל

ב' ויקרא פ״ה

בקיצור -

משגיחים און כשרות

18:09

מדינת ישראל וועט אינוועסטירן 1.4 ביליאן דאלער צו בויען גרויסע נייע גרעניץ וואנט צווישן איר און דערנעבנדיגע ירדן‎

ב' ויקרא פ״ה

דער גרעניץ צוים וועט לויפן פון די חומת גדר ביים דרום עק פון די גולן בערג ביז צום רמון אינטערנאַציאָנאַלע לופטפעלד נעבן עילת, און די אַרבעט וועט זיך אָנהייבן אין דזשון. דער פּראָיעקט וועט קאָסטן אַרום איינס אַהאַלב ביליאָן אַמעריקאַנער דאָלער, און עס קומט אין צוגאָב צו א פּראָיעקט פון פאַרשטאַרקערן אַן 18 מייליגע גרעניץ וואַנט וואָס עקזיסטירט שוין ביים ירדן גרעניץ די לעצטע יאָרן.

0:29

גרופע סטודענטן פון מדינת ישראל געשטראנדעט אין טערקיי לופטפעלד שוין מער ווי צוועלעף שטונדן צוליב טעכנישע אישוס‎

ב' ויקרא פ״ה

די אינצידענט האָט זיך אַנטוויקלט ווען דער פליגער וואָס האָט געטראָגן סטודענטן פון פינף שולעס אין מדינת ישראל קיין פּוילן איז געווען געצווינגען צו מאַכן אַן עמורדזשענסי לאַנדונג אין טערקיי צוליב מאָטאָר פּראָבלעמען. די סטודענטן זענען אָפּגעזונדערט געוואָרן אין א פּריוואַטע טייל פונעם לופטפעלד וואַרטנדיג אויף א נייע פליגער, אָבער דער פליגער וואָס איז געשיקט געוואָרן אויך אויך געמאַכט פּראָבלעמען, און יעצט וואַרטן זיי אויף א דריטע פליגער.

0:32

טראמפ דערקלערט מיטוואך אלס "באפרייאונג טאג" ווען ער וועט שטעלן גרויסע פרישע טאריפס אויף גלאבאלע אימפארטס‎

ב' ויקרא פ״ה

די דעטאַלן פון טראָמפּ'ס נעקסטע רונדע טאַריפס זענען דערווייל נישט קלאָר, אָבער דער פּרעזידענט זאָגט אַז ער צילט צו באַפרייען אַמעריקע פון דאַרפן צוקומען צו אויסלענדישע פּראָדוקטן, דורכ'ן קענען אַלעס אַליינס פּראָדוקטן אין אַמעריקע. עקאָנאָמיסטן זאָגן אַז מען קען ערוואַרטן ערנסטע נאָכווייען פון די טאַריפס, וויבאַלד עס וועט אויפן פּלאַץ הייבן די פּרייזן פון קאָנסומער פּראָדוקטן און סערוויסעס וואָס ווערן אַריינגעברענגט פון אויסלאַנד.

0:30

די מדינת ישראל מיליטער האט נארוואס אדורכגעפירט א זעלטענע באמבאדירונג אין דאחיא געגענט אין לבנון, אטאקירענדיג א אפארטמענט געביידע

ב' ויקרא פ״ה

די באמבעדירונג האט איינגעווארפן די הויכשטאקעדיגע געביידע, און איז געקומען אן קיין אוועקואציע ווארענונג פון פריער. לויט באריכטן האט די באמבעדירונג געצילט א חיזבאלא טעראריסט וועלכער האט די לעצטע צייט דירעקטירט חאמאס מיטגלידער וויאזוי אדורכצופירן אטאקעס אקעגן מדינת ישראל צילן.

0:26

ראטגעבער צו איראנער פירער כומעיני ווארנט אז אויב אמעריקע באמבארדירט וועלן זיי אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס‎

ב' ויקרא פ״ה

די וואָרענונג האָט מען געהערט פון אלי לארידזשאני, וועלכער דינט אַלס ראַטגעבער פאַר'ן איראַנער גייסטליכער פירער אַיאַטאָלאַ כומעיני, און ער האָט ערווענט אַז א דעקרעט פון כומעיני ערלויבט נישט דאָס לאַנד צו אַנטוויקלען נוקלעאַרע וואָפנס, אָבער דאָס קען זיך טוישן. לארידזשאני זאָגט אַז אויב וועט אַמעריקע באָמבאַרדירן איראַן, וועט כומעיני טוישן דעם דעקרעט און פאַראָרדענען די באַלדיגע אַנטוויקלונג פון נוקלעאַרע וואָפנס.

0:32