מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ג' מצרע פ״ד

צום 59'סטער סעגמענט הערט דר. עקיבא איבער די נושא פון ענקזייעטי בשייכות מיטן הייליגן יום טוב פסח, און עצות זיך ארויסצוזען דערפון

19:09

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ה' תזריע פ״ד

א רייכער ארומנעמענדער שמועס צום 58'סטער שמועס מיטן בארימטן טעראפיסט און עי-די-עיטש-די ספעציאליסט ר' דוד בעקער, איבער די שוועריגקייטן וואס מאן און ווייב קענען האבן אויב איינער פון זיי האט עי די עיטש די - זענען די נעמען א תירוץ נישט צו דארפן ארבעטן אויף די מידות? - עמיצער וואס האט נישט ע.ד.ע.ד. קען נישט פארשטיין דער וואס האט עס יא!! - ווי אזוי זיך צו גרייטן צום סדר פסח ביינאכט, האבנדיג ע.ד.ע.ד.

47:09

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ג' ויקרא פ״ד

אין נומער 57 הערט ווי דר. עקיבא שמועסט אויס די וועגן ווי אזוי צו ערציען געזונטע קינדער, און זיי ברענגען צו ערוואקסנקייט

22:52

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ד' כי תשא פ״ד

דר. עקיבא אלס איינער וואס האט גאר אסאך עקספיריענס אין העלפן היימישע אידן קומט אסאך אויס ער זאל מיטהאלטן עפיזאדן וואס בארירט אים שטארק, און צום 56'סטן סעגמענט דערציילט ער עטליכע פון זיי

19:41

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ג' תרומה פ״ד

אין נומער 55 טוט זיך דר. עקיבא אנטשולדיגען פאר זיין אפוועזנהייט די לעצטערע וואכן, צוליב דעם וואס זיין מוטער איז דיאגניזירט געווארן מיט א שווערע מחלה, און דער דאקטאר גייט אריין טיפער אין וואס פאסירט צומאל ווען זאכן גייען ארויס פון געווענליכער סדר היום און מ'מוז זיך מחזק זיין / דר עקיבא דערציילט איבער די פילע וואך טרענירונג וואס די או די עי טעראפיסטן גייען יעצט אריבער כדי צו קענען בעסער העלפן אחינו בני ישראל

22:27

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ג' יתרו פ״ד

דער טעראפיסט ר' יואל מייזליש ענטפערט פראגעס וואס צוהערער האבן אריינגעשיקט איבער די נושא פון עטעטשמענט • איך שפור מיך שטענדיג אטאקירט אין רילעישאנשיפ, וואס איז דער באדייט דערפון? • מיט וואס איז שטילע טראומא אנדערש ווי הויכע טראומא? • איז "איי עף עס" א גוטע מהלך צו היילן "עטעטשמענט טראומא? • איז אמת אז דער וואס האט עטעטשמענט טראומא באקומט א פערסאנאליטי דיסארדער? • ווי אזוי קען מען וויסן ווען אויפצוהערן גיין צו טעראפי? • ווען קען מען אויפהערן נעמען מעדיקעישאן? קען מען צוריקפאלן אויב מ'האט אויפגעהערט?

59:28

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ד' בשלח פ״ד

צום 53'סטער סעגמענט הערט פארשידענע פראגעס געענטפערט דורכ'ן בארימטן לייסנסד טעראפיסט ר' יואל מייזליש • ווי אזוי קומט מען איבער די בושה פון זוכן הילף • ווי אזוי דערציילט מען פאר קינדער איבער אומאיינגענעמע נושאים • איך בין שוין ארויס פון דעם גיהנם פון א שרעקליך קריגעדיגע היים, און חתונה געהאט, אבער מיין הארץ גייט אויס פאר מיינע געשוויסטער, ווי אזוי זאל איך עס באהאנדלען? • איבער נאס מאכן און די פארבינדונג מיט עמאציאנאלע אישוס • און נאך

42:56

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ג' בא פ״ד

צום 52'סטער סעגמענט שמועס דר. עקיבא פערלמאן אויס איבער טרעפן די אינדיווידואליטעט פון די קינדער אין א קאמפליצירטע וועלט

24:02

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ג' וארא פ״ד

צום 51'סטער סעגמענט, הערט א שמועס צווישן ר' יואל מייזליש LMSW וואס ארבעט מיטן היימישן ציבור, און ר' חנניא סילווערמאן LCSW, דירעקטאר פון פרימיום קליניק, איבער די טיפע היילונג וואס פאסירט בשעת טעראפי און א ברייטערע בליק איבער עטעטשמענט טראומא • איז "טראומא" אן איבערגענוצטער ווארט היינט צוטאגס? • "עטעטשמענט" אין ריעל לייף • א בליק אריין אין די וועלט פון "פערסאנאליטי דיסארדערס" דורך אן עטעטשמענט פערספעקטיוו

1:00:57

מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

ה' ויגש פ״ד

אין שמועס נומער 50 שמועסט דר. עקיבא אויס די וויכטיגקייט פאר קינדער צו שפורן זיכער און וואס דאס באדייט בעת זיי וואקסן אויף

25:31
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה