אלגעמיינע אינטערוויוס

באלערנדע שמועסן! אפעטיטליכע אינטערוויוס מיט פאפולערע פיגורן; וואו זיי לופטערן זאכליכע ידיעות פון וואס מ'קען פיל יונק זיין.

אלגעמיינע אינטערוויו: זכרונות פון די ערשטע איינוואוינער אין די היינטיגע גרויסע אידישע געגענטער (חלק א')

א' אחרי פ״ד

הערט פון אידן וואס זענען פון די ערשטע איינוואוינער אין די היינטיגע גרויסע אידישע געגענטער, און געדענקן נאך ווען די היינטיגע גרויסע היימישע צענטערן און שטעטלעך זענען נאך געווען קליינע געגענטער מיט ווייניג איינוואוינער און נויטיגע איינריכטונגען:

ר' שרגא פייוול מושינסקי פון מאנסי, ר' חיים הערש אפפעל פון קרית יואל און ר' יוסף ראפאפארט פון מאנטריאל.

2:34:52

אלגעמיינע אינטערוויו: זכרונות פון די ערשטע איינוואוינער אין די היינטיגע גרויסע אידישע געגענטער (חלק ב')

א' אחרי פ״ד

הערט פון אידן וואס זענען פון די ערשטע איינוואוינער אין די היינטיגע גרויסע אידישע געגענטער, און געדענקן נאך ווען די היינטיגע גרויסע היימישע צענטערן און שטעטלעך זענען נאך געווען קליינע געגענטער מיט ווייניג איינוואוינער און נויטיגע איינריכטונגען:

ר' שלום מיכל ארגעל פון קרית טאהש, ר' יעקב שפירא פון שיכון סקווירא, ר' זלמן גאלדשטיין איבער בארא פארק און ר' בערל קליין פון וויליאמסבורג.

3:23:07

אלגעמיינע אינטערוויו: דראמאטישסטע מינוטן ביי איבער צוויי מנינים קול מבשר מיטארבייטער

א' אחרי פ״ד

איבער צוויי מנינים קול מבשר קאמענטירער, גייען צוריק צו די מערסטע דראמאטישסטע מינוטין, וואס זיי האבן פערזענליך בייגעוואוינט אין זייער לעבן

2:53:31

אלגעמיינע אינטערוויו: ר' ברוך יונתן רומאן - שוועבענדיג צווישן לעבן און טויט געדענקט ער ווי זיין נשמה איז ארויף אויבן

מוצ״ש פ״ד

הערט די דראמאטישע געשיכטע פון א פרייער קאלעדזש סטודענט וואס איז שטערבליך קראנק געווארן מיט א ווירוס וואס קיינער פארדעם האט נאכנישט איבערגעלעבט. ער פארציילט אז שוועבענדיג צווישן לעבן און טויט געדענקט ער ווי זיין נשמה איז ארויף אויבן אויף יענער וועלט און זיך געשטעלט פאר א דין תורה. ער זאגט אז דארט האט מען אים דן געווען צוריק אראפ צו קומען אויף די וועלט און זיך פירן ווי א תורה-טרייער איד. וויאזוי האט מען אים דן געווען? פארוואס האט ער באקומען א צווייטער טשאנס צום לעבן? און וואס האט ער געטון נאכן צוריק אראפ קומען און געזונט ווערן?

57:59

אלגעמיינע אינטערוויו: רעדאקטארן פון די דריי אידישע מאגאזינען: "מאמענט", "שריפט" און "שטיבל"

ו' פ״ד

שלשה מי יודע? לכבוד יום-טוב ברענגט קול מבשר א שמועס צווישן די דריי גרויסע אידישע מאגאזינען וואס ברענגן וואס נאך וואך פאר כלל ישראל אינהאלטסרייכע און אויטענטישע ליין מאטריאל. הערט פון די רעדאקטארן פון די דריי מאגאזינען: "מאמענט", "שריפט" און "שטיבל" איבער דאס ארויסגעבן וועכענטליך א רייכע אויסגאבע, די צוזאמנארבייט צווישן די אלע דריי, און אן 'אונטער די קוליסן' שמועס וויאזוי מען שטעלט אהער קנאקעדיגע ליין מאטריאל וואך נאך וואך

2:25:09

אלגעמיינע אינטערוויו: קאנפערענץ שמועסן מיט משפחה מיטגלידער וועלכע זענען עוסק אינעם זעלבן תחום

ה' פ״ד

דריי דורות שלעססער: זיידע ר' יעקב ניימאן, זון ר' ישראל און אייניקעל ר' יוסף

צוויי ברודער הצלה וואלאנטירן: ר' יודי און זיין ברודער ר' אברהם מאיר פאללמאן

טאטע און זון סופרים: ר' יודא ארי' לייב און זיין זון ר' ישראל, פסח

טאטע און דריי זון אין זק"א: ר' יוסי לאנדא, ובניו דובי, מעכי און שרולי

טאטע און זוהן אין ביהמ"ד - ר' משה מעצגער פון שומרי שבת מיט זיין זון ר' חיים פון לעיקוואוד

טאטע און קינדער אין אייזן פאבריק: ר' יצחק בערנאטה, ובניו ר' משה און ר' יואל יוסף

דער זוהן איז ממלא מקום דעם טאטן אין מלומדות: דער ניקלשבורגער רבי ובנו ר' אשר אנטשיל

3:08:48

אלגעמיינע אינטערוויו: ר’ שלמה שטיינמעץ פון די "אונטערנס" און ר’ חיים איצקאוויטש פון די "עפיק" שפילן

ד' פ״ד

שנים מי יודע? לכבוד יום-טוב ברענגט קול מבשר א שמועס צווישן די "אונטערנס" און די "עפיק" פראדוצירער. דער טאלאנטפולער ר’ שלמה שטיינמעץ און דער שעפערישער ר’ חיים איצקאוויטש דערציילן סודות פון חדר און איבער די באציאונגען צווישן ביידע קאמפאניס. און וואס האבן זיי צו זאגן איבער דעם נייעם "עקיבא" פראדאקשן?

2:11:55

אלגעמיינע אינטערוויו: ר' דוד טסעפסקי - שיפינג אידוסטריע

ה' מצרע פ״ד

זייט די האוטי רעבעלן אטאקעס אויפן שיפן אין ים איז די גאנצע שיפינג אינדוסטרי געווארן פארקריפעלט מיט גרויסע שוועריגטן צו שיקן פראדוקטן פון איין מדינה צו די צווייטע, צוברענגענדיג געשוואלענע פרייזן

44:13

אלגעמיינע אינטערוויו: ר' אברהם גראסבערג - בארשט

ג' מצרע פ״ד

מנהג ישראל תורה: וויאזוי מאכט מען בארשט, מיט וואס קען מען עס עסן, וואס זענען די בענעפיטן, און וואס איז די טעם פונעם מנהג?

23:22

הרב פריעדמאן - חיזוק אימעילס אקטועל פארן ארבעטס פלאץ

ג' מצרע פ״ד

א גרינטליכע אריינבליק אינעם וועלט בארימטן דעהו הלכה יומית - וועלעכע שיקט טעגליכע הכלה און חיזוק אימעילס אקטועל פארם ארבעטס פלאץ. און ספעציעל איבער זייער נייער רעוועלאציע פון מכון עבודה כהלכה וועלעכע העלפט אוועקשטלען אפיסעס כהלכה דורכן אראפשיקן רבנים מומחים

41:16
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה