אלגעמיינע נייעס

וואס טוט זיך? באריכטן און נאטיצן ארום די לעצטע אנטוויקלונגען; לאקאל; נאציאנאל; אינדערהיים און אין אויסלאנד.

אלגעמיינע נייעס: עקספערטן אין ניו יארק זאגן אז דאס וואס מען זעט די פרא כאמאס פראטעסטן אין עטליכע ניו יארקער יוניווערסיטיס שוין לענגער ווי א וואך אין א ציה, איז צום באשולדיגן די קאוויד עפאכע

א' אחרי פ״ד

די וואלן פאר די אייראפעאישע יוניאן פארלאמענט וועלן זיך אפיציעל אנהייבן אין געציילטע טעג ארום, מיט פריימעריס דורך עטליכע פאליטישע פארטייען אין דייטשלאנד, צו באשליסן ווער עס וועט לויפן אין די וואלן • רוסלאנד'ס לופט דעפענס סיסטעמען האבן פארניכטעט זיבעצן דראונס וואס אוקראינע האט ארויסגעשאסן העכער איר טעריטאריע העכער פארשידענע געגנטער, לויט א סטעיטמענט וואס די רוסישע דעפענס מיניסטעריום האט געזאגט היינט אינדערפרי • דריי פאליציי אפיצירן זענען אומגעברענגט געווארן אין דרום טשילע אין א שרעקליכע אטאקע, וואס אלס רעזולטאט האט דער טשילע פרעזידענט געבריעל באריק דערקלערט דריי טעג פון נאציאנאלע טרויער דערוועגן • א סורוועי צייגט אז פאליציי דעפארטמענטס לענגאויס אמעריקע האבן געהאט מער פרישע פאליציי אפיצירן אין יאר 2023, צום ערשטן מאל זייט די קאוויד מגיפה עפאכע ווען די צאל אמעריקאנער וואס ווילן ארבעטן פאר די פאליציי איז געפאלן • זיבעצן מיטגלידער פון אמעריקאנער מיליטערישע פאמיליעס האבן אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די פעדעראלע רעגירונג, איבער אלטע סטארעדזש טאנקען וועלכע ליעקן ארויס שעדליכע ברענשטאף און פארפעסטיגן וואסער סופליי

3:52

אלגעמיינע נייעס: א טארנעידא האט באטראפן א שטאט אין דרום כינע, און א צאל מענטשן זענען אומגעקומען און צענדליגער זענען פארוואונדעט געווארן, לויט ווי די לאקאלע אויטאריטעטן האבן איבערגעגעבן

א' אחרי פ״ד

אוקראינע'ס מיליטער זאגט אז רוסלאנד האט געשיקט נאך טרופן צו די אטשערעטין געגנט אין מזרח אוקראינע, צו פארשטארקערן זייער אפענסיווע וואס זיי פירן יעצט דורך אינעם געגנט צו פארכאפן נאך טעריטאריע • דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאניועל מאקרון וועט באזוכן דייטשלאנד אין מאי, און וועט שפענדן דארטן מער טעג ווי געפלאנט, פאר געשפרעכן מיט דייטשלאנד'ס קאנצלער אולאף שאלטז • די "עף די עי" זאגט אז זיי זאמלען אינפארמאציע איבער פראדוקטן פון אינדיער ספייס קאמפאניס נאכדעם וואס האנג קאנג האט אפגעשטעלט פארקויפן די פראדוקטן פון די קאמפאניס צוליב א פארפעסטיגונג • אהייא פאליציי האבן פובליצירט א ווידעא פון א שווארצן מאן וועלכער איז געשטארבן אין א לאקאלע שפיטאל נאכדעם וואס ער האט נאכאנאנד געזאגט פאר פאליציי אפיצירן אז ער קען נישט אטעמען • א גניבה רינג וועלכע האט גע'גנב'עט מער ווי פיר מיליאן דאלער ווערד פון צירונג פון הייזער אין א געגנט אין באסטאן אין לויף פון א לענגערע צייט, איז אויפגעבראכן געווארן מיט א צאל ארעסטן

3:25

אלגעמיינע נייעס: דער פירער פון די סעקיוריטי סערוויסעס אין בעלארוס האט געזאגט, אז זיי האבן פארמיטן אן אטאקע אויפן הויפטשטאט מינסק דורך דראונס

ו' פ״ד

א טערקישע געריכט האט פאראורטיילט א סירישע בירגער צו לעבנסלענגליכע טורמע איבער א באמבארדירונג טעראר אטאקע אין איסטאנבול, וואו זעקס זענען אומגעקומען • א בריטישער פארשוין איז געווארן אנגעקלאגט איבער אקטיוויטעט וואס ער האט געטאן צו בענעפיטירן רוסלאנד, אריינגערעכנט ווען ער האט רעקרוטירט אנדערע פאר אן ארסאן אטאקע קעגן אן אוקראינישע פראפערטי אין לאנדאן • די צאל פרישע געבורטן אין אמעריקע איז געפאלן אין יאר 2023, אנהאלטנדיג א לעצטיגע טרענד פון די לעצטערע יארן, לויט נייע ציפערן וואס די פעדעראלע צענטער פאר דעזיז קאנטראל און פריווענשאן האט ארויסגעגעבן • אמעריקאנער פעדעראלע אויטא סעיפטי באאמטע זאגן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג איבער דעם צי די ריקאל אויף מער ווי צוויי מיליאן טעסלא קארס אין דעצעמבער איז געווען גענוג • מער ווי צען רעפובליקאנער אין יוטא וועלכע ווילן ערזעצן מיט ראמני אינעם סענאט, זענען ערווארטעט זיך צו פארמעסטן פאר די פארטיי'ס נאמינאציע שבת ביי א ספעציעלע קאנווענשאן • איינוואוינער אין אירווינגטאן, ניו יארק באקלאגן זיך איבער די שווערע טראפיק וואס פרעזידענט ביידען האט אנגעברענגט אויף זייערע גאסן, וואס האט זיי געשטערט פון אנגיין מיט זייערע נארמאלע סקעדזשולס

3:50

אלגעמיינע נייעס: די פעדעראלע רעגירונג וועט פארלאנגען אז בהמות וואס ווערן געהאדעוועט פאר מילך פראדוקציע, זאלן ווערן געטעסט פאר פייגל פלו

ה' פ״ד

כינעזער שפיאנען האבן אריינגעהעקט אינעם לעפטאפ פון א הויכראנגיקער בעלגישער רעגירונג באאמטער, לויט א באשולדיגונג וואס דער באאמטער האט ארויסגעשטעלט היינט אינדערפרי אין אן אינטערוויו • די רעגירונג אין ליטע האט געמאלדן אז זיי וועלן מעגליך אנהייבן ארויסהעלפן אוקראינע מיט'ן צוריקבאקומען מיטליעריגע און יונגערע מענער קיין אוקראינע, זיי צו קענען אריינשטעלן אין מיליטערישע דינסט • דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאניועל מאקרון האט אפעלירט פאר שטארקערע און מער צוזאמגעארבעטע אייראפעאישע פארטיידיגונגען, זאגנדיג אז אייראפע טאר נישט ווערן סתם נאך א געצייג פאר אמעריקע • די פעדעראלע רעגירונג וועט פארלאנגען אז בהמות וואס ווערן געהאדעוועט פאר מילך פראדוקציע, זאלן ווערן געטעסט פאר פייגל פלו, יעדעס מאל וואס מען טראנספערירט זיי פון איין סטעיט צום אנדערן • די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז זיי גייען באשליסן אין די קומענדיגע וואכן צי באואינג האט פארלעצט אן אפמאך וואס האט זיי געהאט באשיצט פון קרימינאלע קלאגעס אין די פארגאנגענהייט • פאמיליע מיטגלידער און לויערס פון אן אמעריקאנער בירגער וועלכער ווערט געהאלטן דורך די טאליבאן שוין כמעט צוויי יאר, האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די יו-ען אז זיי זאלן ערלעדיגן זיין באלדיגע באפרייאונג • א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן וועלכער האט רעפרעזענטירט א צפון ניו דזשערסי דיסטריקט איז געשטארבן, נאכפאלגנדיג א הארץ אטאקע וואס ער האט געליטן

4:26

אלגעמיינע נייעס: קאווע געשעפטן אין ניו יארק סיטי וועלן מוזן ארויפשטעלן ווארענונג לעיבלס אויף זייערע מעניוס און אויף זייער פעקעדזשעס איבער עסנווארג און געטראנקען וואס האבן אסאך צוקער

ה' פ״ד

דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט טאני בלינקען באזוכט היינט אין כינע, וואו ער האט אפעלירט צו די כינעזער רעגירונג אז זיי זאלן געבן יושר'דיגע באהאנדלונג פאר אמעריקאנער ביזנעסער וואס האנדלען אין כינע • פאליציי אין אויסטראליע זאגן אז זיי האבן אנגעקלאגט פינף יוגענטליכע מיט טעראריזם-פארבינדעטע קלאגעס, אינמיטן אויספארשונגען וועגן די שטעכעריי פון א קריסטליכע בישאף עטליכע וואכן צוריק • דער נייער טייוואנעזער פרעזידענט-עלעקט האט געזאגט, אז כינע דארף האבן די קאנפידענץ צו רעדן צו די אפיציעלע טייוואן רעגירונג, אינמיטן וואס ער האט געמאלדן א נייע גרופע נאציאנעאלע זיכערהייט באאמטע • סטודענטן אין א גרויסע צאל יוניווערסיטיס לענגאויס אמעריקע האבן אין די לעצטע צוויי טעג זיך פארזאמלט דורכצופירן פראטעסטן אין שטיצע פון די פאלעסטינער און אויסצודרוקן קעגנערשאפט צו מדינת ישראל • די צאל געבורטן פון נייע קינדער אין אמעריקע איז געפאלן מיט צוויי פראצענט אין יאר 2023 אין פארגלייך צו א יאר בעפאר, וואס איז א טויש פון די קאוויד עפאכע ווען די צאל געבורטן האבן זיך געהאט געהויבן • א כינעזער ביזנעסמאן וועלכער איז אליינס געקומען גלות ליידן קיין אמעריקע וועט אויסשטיין א דזשורי ביי זיין פראצעס וואס גייט זיך אנהייבן אין א מאנהעטן פעדעראלע רעגירונג אין עטליכע טעג ארום

4:00

אלגעמיינע נייעס: דער בריטישער פרעמיער מיניסטער רישי סונאק האט געמאלדן אז זיין רעגירונג גייט פאראויס מיט זייער קאנטראווערסיאלע פלאן צו פארשיקן פליטים און אימיגראנטן

ב' פ״ד

דריי דייטשע בירגער זענען ארעסטירט געווארן אויף פארדאכט פון ארבעטן מיט די כינעזער סיקרעט סערוויס זיי איבערצוגעבן טעכנאלאגיע וואס וואלט געקענט גענוצט ווערן פאר מיליטערישע צוועקן • רוסלאנד האט געמאלדן אז זייערע קרעפטן האבן פארכאפט קאנטראל פון א ווילעדזש וואס געפונט זיך נישט ווייט פון די אוקריינישע גרויסע שטאט דאניעצק • דער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ איז היינט פריש אנגעקומען קיין ניו יארק, פאר די אפיציעלע אנהייב פון די פראצעס וואס ניו יארקער פראסעקיוטערס האבן געברענגט קעגן אים • קאלאמביע יוניווערסיטי סטודענטן וועלן מוזן אנטיילנעמען אין זייערע קלאסן ווירטואל היינט, און די סקול וועט זיין פיזיש אפגעשפארט, צוליב אנגייענדיגע אומרוען אין די ניו יארק סיטי סקול

3:20

אלגעמיינע נייעס: טערקישע רעגירונג אויטאריטעטן האבן ארעסטירט 36 מענטשן איבער פארדאכטן אז זיי זענען פארבינדן צו די אינטערנאציאנאלע אייסיס טעראר גרופע

א' פ״ד

רוסלאנד זאגט אז די פרישע שטיצע וואס אמעריקע שיקט פאר אוקריינע, באדייט אז אמעריקע זוכט צו ליידן א וויסטע דורכפאל אויף אן ענליכע פארנעם ווי זי האט געליטן אין וויעטנאם מיט צענדליגער יארן צוריק • עטליכע גרויסע טייכן און רעזערווארן אין די גואנגדאנג פראווינץ אין כינע שטייען ביי גאר הויכע שטאפלען און ברענגען אן ערנסטע געפאר פון שעדליכע פארפלייצונגען, פירנדיג צו אן עמורדזשענסי דעקלעראציע • א טראמוויי באן עקסידענט אין די יוניווערסעל סטודיאס פארק אין לאס אנדזשעלעס האט פארוואונדעט פופצן מענטשן מוצאי שבת • אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכנט 25 יאר פון ווען צוויי סטודענטן האבן דורכגעפירט איינס פון די ערגסטע און מערסט-געדענקטע מאסן סקול שיסערייען אין אמעריקאנער היסטאריע • אויטאריטעטן אין האוואאי זאגן אז זיי גייען נעמען ערנסטע שריט צו באקעמפן דאס וואס מער און מער אינוועסטירער קויפן אפ הייזער און מאכן דאס פאר רענטלס • עקספערטן זאגן אז דער קריזיס פון סקוואטערס אין ניו יארק סיטי קען צווינגען היים אייגענטימער צו נעמען שריט אין די אייגענע הענט

3:50

אלגעמיינע נייעס: האָקול האָט אָפּגעהאַלטן נאָך א זיג אין די ניו יאָרק סטעיט בודזשעט קאַמף, דורכדעם וואָס עס וועט געגרינדעט ווערן א קאָמיסיע זיך אָפּצוגעבן מיט די פּאָרטן פון ניו יאָרק

ו' מצרע פ״ד

די אוקראַינישע רעגירונג זאָגט אַז זייער מיליטער האָט סוקסעספול אַראָפּגעשאָסן א רוסישע סטראַטעגישע באָמבאַרדיר פליגער ביי איר גרעניץ ראַיאָן, נאָך א מאַסיווע טויטליכע באָמבאַרדירונג אויף א ציווילע צענטער • פינף יאַפּאַנעזער בירגער זענען אַרויסגעקומען אומבאַשעדיגט היינט אינדערפרי פון א זעלבסטמאָרד אַטאַקע אויף זייער קאַר אין פּאַקיסטאַן, בשעת פּאָליציי האָט געשאָסן איינס פון די טעראָריסטן • א נייע שטודיע פון סאַטעלייט דאַטאַ צייגט אַז נאָנט צו האַלב פון גרויסע סיטיס אין כינע ליידן פון אַן ערנסטע פּראָבלעם אַז זיי זינקען צוביסלעך אַריין אין דער ערד, שטעלנדיג מיליאָנען מענטשן אין אַן ערנסטע געפאַר • די ביידען אַדמיניסטראַציע האָט געמאָלדן אַז זיי וועלן צוימען נייע אויל און גאַז ליעסינג אויף דרייצן מיליאָן עיקערס פון א פעדעראַלע פּעטראָליום רעזערוו אין אַלאַסקע, מיט'ן ציהל צו העלפן באַשיצן אָרטיגע באַשעפענישן • אַמעריקאַנער גאָן קאָמפּאַניס האָבן געבעטן פונעם סופּרים קאָורט אויסצוהערן זייער קלאַגע קעגן א צען ביליאָן דאָלערדיגע אָנקלאַגע וואָס די מעקסיקאַנער רעגירונג האָט אַריינגעגעבן אין געריכט קעגן זיי • לויערס פאַר די "בי ען עס עף" באַן קאָמפּאַני זענען ערוואַרטעט צו אַרגומענטירן פאָרנט פון דזשורארס היינט, אַז די קאָמפּאַני האָט גאָרנישט געוויסט אַז זייער איינריכטונג אין מאַנטענאָ פאַרמאָגט אַזבעסטאָס

4:05

אקטועלע נייעס: דיסעביליטי גרופעס האבן באגריסט א פאזיטיווע מעלדונג פון עס. עס. איי., אז אנגעהויבן פון קומענדיגן סעפטעמבער למספרם, וועט מען מער נישט רעכענען אין חשבון וויפיל זייטיגע הילף

ה' מצרע פ״ד

ניו יארק סיטי האט אנגעהויבן א טעסט אויף "לאקער" קעסטלעך פאר דעליווערי פעקלעך, אין א פארזוך צו רעדוצירן די גניבות פון דעליווערי פעקלעך, ווי אויך צו שניידן די טראפיק פון דעליווערי טראקס • א דראמאטישע שטודיע צייגט אז קינדער און ערוואקסענע מיט דאון סינדראום האבן געהאט אסאך מער בענעפיטן פון געזונטע איבונגען ווי אנדערע האבן געהאט • די גלאבעלע מארקעט פון אינגבער, אדער דזשינדזשער, איז אנגעקומען צו א יערליכע ווערד פון איבער 450 מיליאן דאלאר ארום די וועלט, זאגן פרישע אינדוסטריע באריכטן, און שאצונגען זענען אויף ווייטערדיגע וואוקס אין פילע לענדער • די ביידען אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז אנגעהויבן פון די קומענדיגע וואכן, וועלן אלע פראגע בויגנס פון פעדעראלע אגענטורן און פראגראמען, וואו מען פרעגט אויף די ראסע אדער עטנישע אפשטאם, האבן א גאר נייע אויסשטעל מיט אסאך מער דעטאלן

2:34

אלגעמיינע נייעס: איטאַליענער פּאָליציי אָפיצירן האָבן אַרעסטירט א פּאַרשוין וועלכער איז אויף אַמעריקע'ס מערסט געזוכטע ליסטע, און יענער האָט געטראָגן מיט זיך שעדליכע וואָפנס

ה' מצרע פ״ד

די רוסישע רעגירונג האָט אָנגעהויבן שטעלן צוימונגען אויף איינגעשטעלטע אין די רעגירונג צו טרעוולען קיין אויסלאַנד, צוליב זאָרג אַז אויסלענדישע רעגירונגען וועלן פּרובירן צו באַקומען סודות • די רעגירונג אין קעניע האָט געמאָלדן אַז א מיליטערישע העליקאָפּטער האָט אַראָפּגעקראַכט, און עס האָט געקאָסט די לעבנס פון א גרויסע צאָל זעלנער • גוגעל האָט אַרויסגעוואָרפן עטליכע צענדליגער איינגעשטעלטע וועלכע זענען געווען פאַרמישט אין א פּראָטעסט איבער דעם וואָס די קאָמפּאַני האָט א קאָנטראַקט מיט די מדינת ישראל רעגירונג • די צאָל אַמעריקאַנער וועלכע האָבן געפיילט נייע קלעימס פאַר אַרבעטסלאָזיגקייט בענעפיטן פאָריגע וואָך, איז געווען אומגעטוישט פון א וואָך פריער, צייגנדיג ווייטערדיגע שטאַרקקייט אין די דזשאַבס מאַרקעט • פּרעזידענט ביידען איז ערוואַרטעט היינט צו באַקומען די אינדאָרסירונג פון די פּרעזידענטליכע קענעדי פאַמיליע, בשעת ער וועט באַזוכן אין פילאַדעלפיע פאַר א קאַמפּיין ראַלי

3:07
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה