בולעטין

וואס איז נייעס? ברעכנדע נייעס געלופטערט פרישערהייט; ווי נאר עס שפילט זיך אפ אויף די לאקאלע מאפע און נאציאנאלן פראנט.

בלינקען אַנערקענט באַווייז וואָס טוט אָנדייטן אַז כינע פּרובירט צו באַאיינפלוסן אָדער זיך אַריינמישן אין די בעפאָרשטייענדע אַמעריקאַנער עלעקשאָנס

א' אחרי פ״ד

בלינקען האָט איבערגעזאָגט בּיידען'ס שטעלונג אַז אַזעלכע אַקציעס דורך כינע זענען אומאַקצעפּטירבאַר. ער האָט געזאָגט אַז ס'איז וויכטיג נאָכצוקוקן און פאַרמיידן אַזעלכע אויסלענדישע איינפלוס און זיי זאָפאָרט אָפּשטעלן. בלינקען'ס קאָמענטאַרן זענען אין רעאַקציע צו נייעס וועגן אָנליין כינעזע אַקאַונטס וואָס שטעלן זיך אַהער אַלס טראָמפּ שטיצער.

0:34

פלו סעזאן אין אמעריקע ווארשיינליך געקומען צו ענדע, לויט סי-די-סי דאטא, און ס'איז געווען א מילדע סעזאן‎

א' אחרי פ״ד

סי-די-סי דאטא צייגט אז פאר דריי וואכן אין א צי זענען די באריכטן פון פלו קעיסעס געווען נידריגער ווי די ציפערן וואס פעלן זיך אויס צו קענען זאגן אז די פלו סעזאן איז נאך אין אפעקט, און אויך שפיטאליזירונגען זענען געווען נידריג. ווי ערווענט איז די היי יאריגע פלו סעזאן געווען נידריגער ווי געווענליך, אינדערצייט וואס די פלו סעזאנען פון די פריערדיגע דריי יאר זענען געווען העכער ווי די יארן בעפאר דעם.

0:33

רוסישע העקערס דורכגעפירט דזשעמינג אפעראציעס קעגן טויזנטער בריטישע ציווילע פליגערס‎

א' אחרי פ״ד

די עלעקטראנישע דזשעמינג אטאקעס ברענגט דערצו אז די וויכטיגע "סאטנעוו" סיסטעמען פון יעדע פליגער קען נישט פונקציאנירן, וואס באדייט אז דער פליגער קען נישט וויסן וואו ער געפונט זיך און קען נישט קאמיוניקירן מיט לופט טראפיק קאנטראל. די פראבלעם האט שוין אפעקטירט דערווייל טויזנטער בריטישע פליגערס אין די לעצטערע וואכן, און טראץ וואס דערווייל האט מען נישט געהערט אז עס זאל האבן עפעס ערנסט פאסירט, איז דאס א גרויסע געפאר פאר אוויאציע סעיפטי.

0:30

אנקעטע צייגט אז מערהייט ניו יארק סטעיט און סיטי וויילער זענען קעגן נייע קאנדזשעסטשאן טאלס‎

א' אחרי פ״ד

די סיענע קאלעדזש אנקעטע צייגט אז 63 פראצענט וויילער לענגאויס די גאנצע סטעיט זענען קעגן קאנדזשעסטשאן טאלס, און נאר 25 פראצענט וויילער זאגן אז זיי שטיצן דעם פלאן. אין ניו יארק סיטי ספעציפיש זעט מען אז 64 פראצענט וויילער זענען קעגן די נייע טאלס, און 33 פראצענט זאגן אז זיי שטיצן יא דעם פלאן, וואס איז ערווארטעט אריינצוברענגען יערליך נאך א ביליאן דאלער פאר די סיטי.

0:33

כינע וועט אנפירן ספעציעלע סאמיט צו פארהיילן ריס צווישן פאטאח און כאמאס פאלעסטינער גרופעס‎

א' אחרי פ״ד

פאטאח און כאמאס רייסן זיך שוין ארום מער ווי צוואנציג יאר, נאכדעם וואס פאטאח האט געווינען קאנטראל פון די פאלעסטינער רעגירונג אין די מערב ברעג, און כאמאס האט פארכאפט די מאכט אין עזה, וואס זיי האלטן שוין אן זייט 2007. יעצט וויל כינע אז די צוויי פאלעסטינער פראקציעס זאלן אנהייבן ארבעטן צוזאמען, און א סטעיטמענט פון כינע'ס אויסערן מיניסטעריום האט געזאגט אז כינע גלייבט אז צוזאמצוברענגען כאמאס און פאטאח איז א טובה פאר פאלעסטינער ציווילע.

0:34

עף-בי-איי דירעקטאר קריסטאפער רעי ווארנט פריש איבער מעגליכקייט פון ארגאניזירטע טעראר אטאקע אין אמעריקע‎

א' אחרי פ״ד

דירעקטאר קריסטאפער רעי האט געזאגט אז עס איז דא א מעגליכקייט אז טעראריסטן קענען זיך ארגאניזירן אויף א לאקאלע פארנעם און דורכפירן אן אטאקע אויף אן ענליכע פארנעם ווי דאס וואס עס האט פאסירט אין מאסקווע עטליכע וואכן צוריק. דער עף-בי-איי דירעקטאר האט אנגעצייגט אז אין יאר 2023 אליינס זענען געווען פיר טויזנט אפענע אינטערנאציאנאלע קאנטער טעראריזם אויספארשונגען וואס די עף-בי-איי האט אנגעפירט, און דער ציפער וואקסט.

0:33

צאל הויכראנגיקע ביידען אדמיניסטראציע באאמטע גלייבן אז מדינת ישראל פארלעצט אינטערנאציאנאלע געזעצן‎

א' אחרי פ״ד

די עטליכע הויכע באאמטע אינעם סטעיט דעפארטמענט און אנדערע אפטיילונגען פון די ביידען אדמיניסטראציע, האבן געשריבן צו סעקרעטערי אוו סטעיט טאני בלינקען, אז זיי גלייבן נישט דאס וואס מדינת ישראל פארזיכערט אז קיין שום אמעריקאנער וואפנס ווערן נישט גענוצט אין אפעראציעס וואס זענען קעגן אינטערנאציאנאלע געזעצן. די באאמטע פון די ביידען אדמיניסטראציע פארלאנגען דעריבער פון סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען, אז ער זאל פארארדענען א גרונטליכע אויספארשונג איבער דעם, און מאכן זיכער אז מדינת ישראל פאלגט טאקע אלע גלאבאלע מלחמה געזעצן.

0:38

כינע שטעלט ארויס ווארענונג פאר אמעריקע און פיליפינען ביים אנהייב פון געמיינזאמע מיליטער מושטירונגען‎

א' אחרי פ״ד

די כינעזער אמבאסאדע אין די פיליפינען האט געווארנט, אז אמעריקע און די פיליפינען זאלן נישט פרובירן אנצוזייען כאאס און אנגעצויגנקייט מיט זייערע מושטירונגען, און אז כינע וועט דאס קיינמאל נישט צולאזן אינעם דרום כינע ים. דאס קומט אינמיטן וואס א גרויסע צאל אמעריקאנער מיליטערישע שיפן זענען אנגעקומען צום דרום כינע ים, און זיי האבן אנגעהויבן די מיליטערישע אקטיוויטעטן אינאיינעם מיט נעווי שיפן פון די פיליפינען, בשעת כינע און די פיליפינען קריגן זיך ארום וועגן קאנטראל אין דעם ים.

0:37

געוועזענער ניו יארק גאווערנאר קאומאו וועט זיך לאזן פארהערן אין קאנגרעס איבער קאוויד און נוירסינג האומס‎

א' אחרי פ״ד

די מארטש 2020 פארארדענונג פונעם דעמאלטדיגן גאווערנאר האט פארבאטן נוירסינג האומס פון ארויסווארפן פאציענטן בלויז צוליב די סיבה וואס זיי זענען דיאגנאזירט געווארן מיט קאוויד, וואס געזונטהייט עקספערטן זאגן אז דאס האט געברענגט אסאך קאוויד פאטאליטעטן אין ניו יארקער נוירסינג האומס. אין א סטעיטמענט האט דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן ברעד ווענסטראפ געזאגט, אז קאומאו האט איינגעשטימט זיך צו קומען לאזן פארהערן פארנט פון די ספעציעלע קאנגרעס קאמיטע וועלכע פארשט די קאוויד מגיפה.

0:39

ביידען אדמיניסטראציע פרעשורט אינטערנאציאנאלע געריכט נישט ארויסצוגעבן ארעסט באפעל אויף נתניהו‎

א' אחרי פ״ד

לויט די באריכטן רוקט זיך די אינטערנאציאנאלע געריכט נאנטער ארויסצוגעבן אן ארעסט באפעל אויף נתניהו, אין פארבינדונג מיט די מלחמה אין עזה, וואו אקטיוויסטן האבן געברענגט א קלאגע אז די מיליטער פארלעצט אינטערנאציאנעלע יומען רייטס געזעצן. די באריכטן צייגן אז די ביידען אדמיניסטראציע לייגט שטארקע דרוק אויף די ריכטער און פראסעקיוטערס פון די יו-ען געריכט, נישט פאראויסצוגיין מיט די געפלאנטע ארעסט ווארענט אויף נתניהו.

0:35
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה