אידישע נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.

אידישע נייעס: א אידישער דאקטער האט אריינגעגעבן אן אפיעל אין געריכט, קעגן אן אורטייל וואס האט געלויטעט אז ער מוז באצאלן פארגיטיגונג געלט פאר'ן נישט אנקומען יום כיפור צו א געריכט הירינג

א' אחרי פ״ד

א גרופע יונגען האבן אנגעדרייט כאאס און שאדנס אויף די גאסן פון בני ברק אין לויף פון מוצאי שבת און זונטאג פארטאגס, און זיי זענען ארעסטירט געווארן דערנאך • די סקעדזשול פון די דעבאטעס פאר די מאסעטשוסעטס סטעיט בודזשעטס איז ספעציעל געטוישט געווארן היי יאר, און איז אפגעשטופט געווארן צו אקאמאדירן די אידישע געזעצגעבער ארום דעם יום טוב פסח • אידישע סטודענטן אין א טעקסאס יוניווערסיטי זאגן, אז זיי שפירן ווי זייערע לעבנס איז אין א דירעקטע געפאר, ווען אלגעמיינע סטודענטן דארטן האבן אנגעהויבן זיי נאכשרייען און אטאקירן • מער ווי צוואנציג טויזנט מענטשן וועלן אנטיילנעמען ביי א מאראטאן זונטאג ערב שביעי של פסח אין ברוקלין, און באאמטע זאגן אז דאס וועט אפעקטירן לאקאלע טראפיק, אריינגערעכנט אין היימישע געגנטער

2:36

אידישע נייעס: א ספעציעלע מארש וועט אפצייכענען די אכציגסטע יארטאג פון ווען די אונגארישע אידנאטום איז ליידער חרוב געווארן ביים ביטערן האלאקאוסט

א' אחרי פ״ד

דער אמעריקאנער סענאטאר בערני סענדערס זאגט, אז עס איז נישט אנטיסעמיטיזם צו קריטיקירן די מדינת ישראל רעגירונג און זייער יעצטיגע פאליסיס • פאליציי אין לואיזיאנא זאגן אז זיי זוכן א פארשוין וועלכער האט וואנדאליזירט א לאקאלע שוהל. די שוהל איז וואנדאליזירט געווארן אין די סעינט טאמאני פעריש געגנט אויף די נארט-שאור גאס, וואו די שעריף באאמטע זאגן אז א פארשוין איז אויפגעכאפט געווארן אויף קאמערע ביים אנשפריצן גראפיטי אויף די שוהל • נאנט צו הונדערט פופציג מענטשן האבן געליטן אטעמען פראבלעמען און אנדערע שוועריגקייטן אין לויף פון די הייסע חול המועד טעג אין ארץ ישראל

2:04

אידישע נייעס: עטליכע קאלעדזשעס האבן זיך אנגעשלאסן אין אן אונטערנעמונג פון א אידישע ארגאניזאציע צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם אויף קאלעדזש קאמפלעקסן

ו' פ״ד

פאליטישע אנאליסטן זאגן אז די אידישע וויילער אין אמעריקע וועלן שפילן א שטארקע ראלע אין די קומענדיגע וואלן, און פענסילוועניע גייט זיין א פריע טעסט • אינספעקטארס האבן געטראפן און קאנפיסקירט צענדליגער טויזנטער אייער וואס איז געשטאנען גרייט געשמוגעלט צו ווערן פון פאלעסטינער טעריטאריעס אריין צו אידישע געגנטער • כלל ישראל ווערט געבעטן מתפלל צו זיין פאר'ן זקן המשגיחים הגאון רבי אברהם פאלאק שליט"א, דער משגיח פון ישיבת סלאבאדקע. דער משגיח שליט"א, וועלכער איז 94 יאר אלט לאורך ימים ושנים טובים, איז אפגעפירט געווארן אינמיטן יום טוב צום מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק פאר עמורדזשענסי באהאנדלונג, נאכ'ן ליידן אטעמען פראבלעמען

2:17

אידישע נייעס: א גנב איז געכאפט געווארן רויט-האנטיג ביים פרובירן צו גנב'נען פון צדקה פושקעס אין די שטאט בני ברק

ה' פ״ד

אינמיטן וואס די פרא-כאמאס פראטעסטן בוזשעווען לענגאויס אמעריקע, זאגן אידישע געמיינדע פירער אין צפון קאליפארניע אז די ראטע פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן האט געבראכן רעקארדס • א פרישע באריכט פון די ניו דזשערסי סטעיט רעגירונג צייגט אז לעיקוואוד האט געבוירן טויזנטער בעיביס קיין עין הרע אין די לעצטע צוויי יאר, וואס די ציפערן זענען געווען די העכסטע פון סיי וועלכע אנדערע גרויסע סיטיס • אין ארץ ישראל איז ארויסגעגעבן געווארן אן אלערט איבער א היץ כוואליע וואס האט זיך אראפגעלאזט דארטן אין די ערשטע טעג פסח, און טראץ וואס עס איז ערווארטעט נאכצולאזן, איז ווייטער וויכטיג צו זיין געווארנט

2:16

אידישע נייעס: די טוניזיער אידן וועלכע ארגאניזירן די יערליכע פארזאמלונג אויפן דזשערבא אינזל אום ל"ג בעומר, האבן געזאגט אז זיי פלאנירן היי יאר א פיל קלענערע פארזאמלונג ווי געווענליך

ה' פ״ד

די טוניזיער אידן וועלכע ארגאניזירן די יערליכע פארזאמלונג אויפן דזשערבא אינזל אום ל"ג בעומר, האבן געזאגט אז זיי פלאנירן היי יאר א פיל קלענערע פארזאמלונג ווי געווענליך, צוליב אנגייענדיגע זיכערהייט זארגן • ניו יארק סיטי פאליציי באאמטע זאגן אז די קאלאמביע יוניווערסיטי פירערשאפט וויל נישט קיין פאליציי אנוועזנהייט אויף זייער קאמפלעקס, טראץ וואס די פרא-פאלעסטינער פראטעסטן אנטהאלטן העסליכע אנטיסעמיטישע שילדן • א פראנצויזישער פארשוין וועלכער איז געפונען געווארן שולדיג אין אטאקירן א איד אינדרויסן פון א שוהל אין פאריז, איז פאראורטיילט געווארן צו דריי יאר טורמע • די קראון פראסעקיושען סערוויס אפיס פון די בריטישע רעגירונג זאגט אז זיי האבן געזען א וואוקס אין האס פארברעכנס קעיסעס אין די לעצטערע מאנאטן • די רעגירונג אין ארגענטינע האט געבעטן פון אינטערפאל אז זיי זאלן ארעסטירן דעם איראנער אינערן מיניסטער אכמעד וואהידי, צוליב זיין באשולדיגטע ראלע אין די 1994 באמבארדירונג אויפן אידישן אמיא צענטער אין בוענאס איירעס

3:04

אידישע נייעס: 4 דייטשן זענען געכאפט געווארן אראפ לייגן ווייסע רויזן אין אנדענק פון היטלער ימ"ש ביים הויז אין מערב עסטרייך וואס דער רשע איז געבוירן געווארן

ב' פ״ד

ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענערל פרוי דזשעימס האט אפגעשיקט א בריוו צו די פאַרעסטבּורג טאונשיפ אין סאליוואן קאונטי אין אפסטעיט ניו יארק צו פארלאנגן טוישונגן אין נייע זאנינג געזעצן וועלכע דיסקרימינירן אקעגן חרדישע אידן • ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט פארעפענטליכט א שארפע סטעיטמענט צו פארדאמען די ווילדע אויפפירונג און אנטיסעמיטיזעם פון פרא-פאלעסטינער פראטעסטירער ביים קאלאמביע אוניווערסיטעט אין מאנהעטן • אין ירושלים האט די פאליציי ארעסטירט א צאל מענטשען וועלכע האבן זיך געגרייט ארויף צו גיין מיט ציגן אויפ'ן הר הבית ר"ל •

2:35

אידישע נייעס: נייע טוישונגען צום סיסטעם פון טויט סערטיפיקעטס אין ענגלאנד, וועט שטארק ארויסהעלפן די אידישע געמיינדע און איז דערפאר שטארק באגריסט געווארן דורך אידישע גרופעס

מוצ״ש מצרע פ״ד

די עף-בי-איי ווארנט איבער די געפאר אז איינצלנע טעראריסטן וועלן דורכפירן טעראר אטאקעס קעגן די אידישע געמיינדע אין אמעריקע אין לויף פון די טעג פונעם יום טוב פסח • די ניו יארק סטעיט רעגירונג האט געמאלדן א פלאן אויסצוברייטערן די געזעצן דורך וועלכע מען האלט פאראנטווארטליך די וועלכע באגייען סיי וועלכע אנטיסעמיטישע אקט אדער האס פארברעכן קעגן אידן • אפיצירן פון די לאנדאן מעטרא קאונטער טעראריזם קאמאנד אפיס האבן אנגעקלאגט א פרוי מיט טעראר קלאגעס אלס טייל פון אן אויספארשונג איבער אנליין שטיצע פאר כאמאס • מאסן וועלכע האבן פלענער היינט אנצוקומען קיין ארץ ישראל אויף פסח אדער ארויספארן פון ארץ ישראל קיין אויסלאנד אויפן יום טוב, דערזעען זיך מיט שוועריגקייטן צו טרעפן א פליגער

2:57

אידישע נייעס: איינוואוינער אין די וועסט סייד מאנהעטן און פולע אנדערע באוויינען די פטירה פון א איד א זעלטענע איש החסד וועלכע איז אוועק אין עלטער פון 61 יאר

ו' מצרע פ״ד

אוקראינא'ס פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט באזיכט א אידישע שולע אין קיעוו מיטצוהאלטן א סדר אהער געשטעלט דורך א גרופע קינדער. נאכ'ן רעדן מיט די קינדער האט זעלענסקי זיך געטראגן מיט א גרופע רבנים אין א בונקער וואס איז געבויט געווארן אין די שולע געביידע נאך די רוסישע אינוואזיע • די ראקלענד קאונטי העלטה דיפארטמענט האט געמאלדן אז מענטשען קענען באקומען פרייע מאסקיטא דאָנקס פאר סווימינג פּולס כדי צו פארטרייבן מאסקיטאס • די ניו דזשורסי סטעיט אסעמבלי האט באשטעטיגט א ביל וואס וועט ערלויבן טייל מענטשען צו פירן א 'טייפ-עס' שולע באס אן באקומען קאמערשעל דרייווערס לייסענס, מיט האפענונג אז דאס וועט לינדערן א מאנגל וואס הערשט אין דעם געביט

2:22

אידישע נייעס: אינספעקטערס אין ארץ ישראל האבן קאנפיסקירט ארום 130 טויזנט אייער וועלכע זענען געווארן אריין געשמאגעלט פון פאלעסטינער מערב ברעג געגענטער

ה' מצרע פ״ד

די מדינת ישראל רעגירונג האט פארעפענטליכט א דאקומענט וואס דערקלערט אז די רעגירנג איז ביים מיינונג אז עס איז נישט פארהאן קיין באלדיגע נויט אריין צו שלעפן חרדישע אידן אין די מיליטער און די רעגירונג קען ווייטער געבן געלטער פאר בני ישיבה ביז ענדע יאר למס' • די רמבם שפיטאל אין חיפה האט אפגעהאלטן א דריל אויפצושפילן א סצענע פון א מיסל אטאקע אויף א רעזידענשעל אפארטמענט געביידע ח"ו • געזונטהייט באאמטע אין ארץ ישראל האבן געווארענט איינוואוינער איבער הויכע פאלושען אין אלע געגענטער צוליב זאמד וואס ווינטן ברענגן פון צפון אפריקא

2:06

אידישע נייעס: שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר יו"ט פסח איז געמאלדן געווארן אז קאני איילענד'ס לונע פארק גייט פאר די קומענדיגע וואכן זיין אפן אויף א טעגליכע פארנעם

ד' מצרע פ״ד

שווייצע געזעצגעבער האבן געשטימט אין שטיצע פון א פלאן צו פארבאטן דאס ארויס שטעלן עקסטרעמיסטישע און ראסיסטישע סימבאלן, אנגעפאנגן פון סימבאלן מיט א נאצי היסטאריע • די 'עם-טי-עי' האט פארעפענטליכט סטאטיסטיקס איבער די פארנומענסטע טורנסטיילס וואס די אגענטור פארמאגט, אידענטיפיצירענדיג א טורנסטייל ביי גרענד סענטרעל טערמינאל אלץ די פארנומענסטע טורנסטייל פון איר גאנצע סיסטעם • לאקאלא באאמטע אין חיפה האבן געמאלדן אז זיי פלאנען צו געבן א נאמען פאר א געגענט אין שטאט נאך דער יעצטיגער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידען • אן אוסטראלישער איד וועלכע איז פאלטשערהייט באשולדיגט געווארן דורך א לאקאלא נייעס אגענטור און גרויסע סאשעל מידיא אקאונטס אלץ דער וואס האט דורכגעפירט א לעצטיגע שטעכעריי אטאקע אין די לאנד, גייט נעמען לעגאלע שריט אקעגן די נייעס אגענטור

2:15
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה