ביזנעס נייעס

ביזנעס-גערעדט! פינאנץ און עקענאמישע באריכטן; זייט-ביי-זייט מיט די טעגליכע מארקעט אפשאצונג און וואלוטע אנאליז.

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ה' פקודי פ״ה

הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא ברענגט שניי פון ווערמאנט צו כשר'ן נייע מקוה אין וויליאמסבורג - וואלמארט פלאנט טוישונגען אין זייערע געשעפטן בעיקר מיט פרישע טעכנאלאגיע - די העכסט באצאלטע סי אי או אין 2024 איז געווען דער הויפט עקזעקעטיוו פון סטארבאקס וועלכער זיצט אויף א וועידזש פון $95.8 מיליאן - ביל געיטס שאצט אז ביז צען יאר וועט עי איי טון רוב ארבעט וואס מענטשן טוען היינט - באריכט: באלעבאטים ווערן שטרענגער צוליב שמאלע דזשאב מארקעטס - הילענדעל פארמס, איינס פון די גרעסטע אמעריקאנער אייער פרודוצירער, פארקויפט זיך פאר $1.1 ביליאן צו בראזיליאנער פירמע - עקס (טוויטער) וועט צום ערשטן מאל זען א וואוקס אין עדווערטייזמענט זייט מאסק האט עס אפגעקויפט - אינטערוויו: ר' גבריאל סורקיס קויפט אפ די באקאנטע לא-פאמיליע טעקסי קאמפאני וועלכע איז שוין אפען אין די מאנסי אומגעגנט 25 יאר

19:06

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ה' פקודי פ״ה

רעזערוו קאט אין מידטאון מאנהאטאן פאנגט אן סערווירן שבת'דיגע סעודות - באנוסעס פאר וואל סטריט באנקירער אנגעקומען צו היסטארישע נומערן אין 2024 - טעסלא וועט אנהייבן פארקויפן זייערע קארן אין סאַודי אַראַביע נאך שלום צווישן מאסק און ארטיגע קעניגרייך - הונדערטע ארבעטער אין קאנאדישע אייזן פאבריקן זענען אפגעזאגט געווארן צוליב טראמפס טאריפס - דאלער טרי גרייט זיך צו פארקויפן זייער פעמילי דאלער ברענד מיט אלע 8,000 געשעפטן פאר $1 ביליאן - אינטואיט זאגט אז גאר אסאך אמעריקאנער ווארטן צו זען וואס טראמפ וועט טון מיט די איי אר עס פארן פיילן זייערע טעקסאס, אבער ס'איז א טעות

3:54

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ד' פקודי פ״ה

מאנישעוויץ, וואס איז געגרינדעט געווארן 130 יאר צוריק, שטעלט ארויס א "דעלי אן וויעלס" מיט כשר'ע עסן - באריכט: ווייניגער אמעריקאנער שפענדן אויף סנעקס און געפאקטע עסן - צו הייסן פון די העכערע מיטל קלאס אין ניו יארק דארף מען פארדינען $164,000 א יאר; אין ניו דזשוירזי איז עס $199,000 - סעילס פון טעסלא אויטאס אין אייראפע איז געפאלן 49% אין 2025 - טעכניקער פאר יונייטעד עירליינס האבן אפגעווארפן א קאנטראקט און קענען מעגליך גיין אויף סטרייק - טעסלא וועט ברענגן א מענטשליכע ראבאט אויף קעפיטאל היל צו א ספעציעלע קאנפערענץ

3:45

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ב' פקודי פ״ה

סאטמארק ביזנעס עקספאו געפלאנט אויף מאי 22'נד דורך סאטמארער קהילה - מארקעטס כאפן זיך צוריק נאך גינסטיגע נייעס איבער טאריפס - 23-ענד-מי די-ענד-עי פירמע פיילט פאר באנקראט צוליב פאלנדע פארלאנג - דאר דעש שליסט שותפות מיט קלארנא צו קענען באצאלן פאר עסן שפעטער אין פעימענטס - קאווע עקספערטן ווארענען אז פרייז פון קאווע וועט שטייגן צוליב טייערע קאווע בונדלעך - טוויטער סיין פון די אלטע הויפטקווארטיר אין סאן פראנציסקא פארקויפט זיך פאר $35,000

4:07

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ו' ויקהל פ״ה

40% כשר וויין פארקויפט זיך אין די יעצטיגע ערב פסח טעג - טעסלא באקומט ערלויבעניש צו טעסטן זייערע ראבא טעקסיס - 5 פירמעס זענען ארויס געקומען אלץ די בעסטע ערטער צו ארבעטן - אפיס ריעל עסטעיט שטייגט גאר שטארק - שיען זעט שוואכע איינקונפטן אין די לעצטע קווארטל פון 2024 - קאנאדישע לופטליניע רופט אפ רייזעס קיין אמעריקע צוליב טאריפס - קעדילעק האט היינט 5 סארט עלעקטראנישע אויטאס - מאסק האט פארלוירן $100 ביליאן דורכאויס די פארגאנגענע 3 מאנאטן - רעגירונג וועט קאנטראלירן בייבי פארמולע -

5:09

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ה' ויקהל פ״ה

התנצלות איבער אויסלאזן נייעס געוויסע טעג - וויזשניץ כולל דאפעלט וועידזשעס פון אינגעלייט - אידישע אקטיוויסט דעקט אויף אנטיסעמיטיזם ביים פארקויפן הויז - פעביוואד מאכט קידוש ה' נאכן געבן קיטשענס פאר ביליג צו מענטשן וועלכע האבן געליטן פון נאטירלעכע דיזעסטערס - נייע כשרע בעיגל געשעפט עפנט זיך אין קאלאמבוס, אהייא - מיסטער ביעסט טשאקאלאד באקומט או-יו הכשר - גאגעל באצאלט $28 מיליאן צו שליכטן ראסיזם קלאגע - עיר פרענס שטעלט אריין נייע ערשטע קלאס צימערן - נעסדעק עפנט פרישע הויפטקווארטיר אין טעקסאס - מארגאן סטענלי זאגט אפ 2,000 ארבעטער - גאגעל קויפט אפ אידישע "וויז" קלאוד סעקיוריטי פירמע פאר $32 ביליאן - פארעווער 21 קליידער געשעפט פיילט באנקראט, וועט שליסן אלע געשעפטן - פעפסי קויפט אפ געזונטע סאדע פירמע "פאפי" פאר $2 ביליאן - באנק אוו אמעריקע שטעלט איין רעגולאציעס אז באנקירער זאלן זיך נישט איבערארבעטן - מיינונג פון אמעריקאנער בירגער אויף טעסלא איז ביים נידריגסטן שטאפל - פעני מעי האט שווארצע ליסטע פון געביידעס וואס זיי ווילן נישט אפקויפן די מארטגעזש צוליב סעיפטי פארלעצונגען - גרויסע ביזנעס פירער פארן קיין כינע זיך טרעפן מיט ארטיגע ביזנעסלייט און מיטן כינעזער פרעזידענט - מערהייט אמעריקאנער האבן שוין געניצט עי איי כאטש איינמאל זייט עס איז ארויס געקומען - פירמע פון ראמבא ראבאט וועקיום קלינער פארלירט געלט - דאלער דזשענעראל זאגט אז די עקאנאמיע איז אזוי שלעכט אז מענטשן קענען אפילו נישט איינקויפן ביי ביליגע געשעפטן - איינקונפט פון לעגא גאר שטאק געשטיגן צו א היסטארישע $12 ביליאן - פעדעראלע רעגירונג פארשט אויב אייער פירמעס קאנטראלירן די פרייזן - טראמפ ארגאניזאציע געבט אריין קלאגע אנטקעגן קעפיטאל וואן פארן שליסן באנק קאנטעס אן ווארענונג - אמעריקאנער ארבעטן היינט 42 מינוט ווייניגער ווי 2 יאר צוריק - קאהלס ערווארט אז סעילס וועט פאלן היי יאר צוליב אנליין קאנקורענטן - גאגעל גרינדער לערי פעידזש ארבעט אויף עי איי טעכנאלאגיע פאר מאניפעקטשערינג אינדוסטריע - פייער וואס האט פארברענט 4 סייבער טראקס ווערט אויסגעפארשט - אמעריקאנער לופטליניעס זעען שוואכע פארלאנג צוליב שווערע עקאנאמיע - כשרע פיצה פירמע אין ירושלים ווארט דערקלערט אלץ בעסטע כשרע פיצה אין די וועלט - סאוטוועסט לופטליניע וועט אנהייבן בעטן געלט פאר רענצלעך

15:16

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ג' כי תשא פ״ה

מענדלסאנס פיצא איז איבערגעפרישט געווארן אלץ א מער פארגעשריטענע רעסטעראונט און מיט א נייע נאמען "קוטשינא" - טעסלא סטאקס פאלט גאר שטארק - סי ווי עס וועט עפענען געשעפטן וואס וועט נאר האבן פארמאסיס אן זייטיגע פראדוקטן - בענק קעמפן אנטקעגן די טראמפ ארגאניזאציע נישט אפצושפארן פעדעראל קאנסומער פראטעקשאן ביורא - גאגעל סטאקס איז געפאלן נאכדעם וואס די רעגירונג וויל אפטיילן "קראום" און "ענדרויד" פון די גאגעל שירעם - אויפשטייג פון פרייז אויף קאווע בונדלעך ברענגט א כוואליע פון גניבות אויף טראנספארט טראקס - בלוטיגע טאג אויפן סטאק מארקעט

3:53

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ד' תרומה פ״ה

פרישע פראיעקט צו איבערמאכן לאקאלע לעיקוואד לופטפעלד אונטערוועגנס - ביטקוין געפאלן אונטער $90,000 - דאר דעש צאלט $17 מיליאן פארן נעמען טיפס פון ארבעטער - טעסלא סטאק געפאלן מיט 8% ברענגענדיג די ווערד פון די פירמע אונטער א טריליאן דאלער - דזשוען נעץ געשעפט גייט ארויס פון ביזנעס, שליסט אלע 800 געשעפטן - אקטיוויסטן רופן פאר אן "עקאנאמישע בלעקאוט" אויף דעם פרייטאג - וואל סטריט זשורנאל: עפל'ס 500 ביליאן אינוועסטמענט אין אמעריקע איז בכלל נישט אזוי מאסיוו

3:51

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ב' תרומה פ״ה

לעיקוואד ביזנעסער רעדן זיך אפ אז אימיגראנטן ווילן נישט אריינקומען צום ארבעט אויס מורא פון ארעסטן - עפל מעלדט פלאן צו שפענדן $500 ביליאן אין אמעריקע און אויפנעמען 20,000 נייע ארבעטער - סטארבאקס זאגט אפ 1,100 ארבעטער - באריכט: כמעט 50% פון אלע געלטער וואס ווערט געשפענדט אין די אמעריקאנער עקאנאמיע קומט פון די 10% העכסטע פארדינער - בי פי שליסט אפ זייער ענווייראמענטל פריינדליכע פראגראם - בערקשייער העטעוועי פארדינט פראפיט פון $14.5 ביליאן אין די לעצטע 3 חדשים - טשעיס אינוועסטירט $50 ביליאן צו אויפבויען זייער דירעקט לאון דעפארטמענט

3:01

האנדל מיט הענדל - ביזנעס נייעס

ה' משפטים פ״ה

הנגיד ר' איזי ענגלאנדער האט פארדינט $4 ביליאן אין 2024, העכסטע פארדינער אין העדזש פאנד אינדוסטריע - מאנסי טרעילס מאפט ברוקלין הויפטקווארטיר קיין קראון הייטס - ניקאלא עלעקטראנישע אויטא פירמע געבט זיך איין פאר באנקראט - וואלמארט זעט לעצטנס רייכערע קליענטן צוליב ברייטערע סערוויסעס - דזשעט בלו וויל זיך ווידער צוזאם שטעלן מיט אן אנדערע לופטליניע, טראץ פריעדיגע בלאקאדע פון ריכטער - קאסטקא וועט האלטן זייערע גאז סטאנציעס אפען לענגערע שעות ווי די געשעפטן

3:15