פאליטישע נייעס

וואס קאכט זיך? דעם סך-הכל ארום די פאליטישע קאך-נייעסן; וועלכע דאמינירן דעם אויבנאן פונעם סדר היום.

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ה' פקודי פ״ה

מיט איבער צוויי מאנאטן אריין אין פרעזידענט טראמפס צווייטער טערמין, ווייזן פאולס אז מער אמעריקאנער זענען אומצופרידן פון זיין ווירטשאפט • טראמפ מעלדט 25% טאריפס אויף קאר אימפארטירט אין אמעריקע ••• ביי די "חתונה מאָלל" אין מאנסי/ק"י באשטעלט הערליכע דיינינג רום סעטס, דעליווערד אויף דעם יו"ט פסח 845.351.6255 ••• פרישע געשמאקע האנט מצות בהשגחת התאחדות פאר בלויז 24.99 א פונט, ביי די "בינגא" קייט געשעפטן

14:01

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ג' פקודי פ״ה

נעכטן מאנטאג האט אויסגעבראכן א שטורעם אין וואשינגטאן ווען אין א גרופע-שמועס צווישן די העכסט ראנגיקע טראמפ באאמטע איז ארויפגעלייגט געווארן א זשורנאַליסט און האט באקומען צוטריט צו העכסט געהיימע סענסיטיווע אינפארמאציע, וואס די טראמפ אדמיניסטראציע פרובירט זיך אפצושאקלען דערפון ••• "קרויס שטריימלעך" האט יעצט א סעיל אויף זייערע בארימטע הערליכע שטריימלעך און אויף די גרינגע "ישועה" שטריימל

7:02

פאליטישע קאך לעפל - יצחק קלאר

ב' פקודי פ״ה

ריכטער באוסבורג קעגן טראָמפּ אַדמיניסטראַציע

טראָמפּ מעלדט 25% טאריפ'ס קעגן לענדער וואָס קויפן אויל פון ווענעזועלא

פּרעזידענט טראָמפּ און יונדאי מעלדן אַ 20 ביליאָן דאָלאַר אינוועסטמענט אין אַמעריקע

עף.בי.איי. דירעקטאָר פּלאַנט מעגליך צוזאַמצושטעלן עי.טי.עף אַגענטור

אטורני גענעראַל באנדי וואָרנט דעמאָקראַט פאַר העצערישע רייד קעגן טעסלאַ און מאסק

דעמאָקראַט סטראטעגיסטן וואָרענען וועגן מעגליכע פּאַרטיי אונטערגאַנג

סענאַטאָר בערני סענדערס שטימט איין מיט טראָמפּ'ס גרעניץ פאָרסירונג

רעפּובליקאַנער האַלטן אָפּ זיג אין נ.י. סיטי

און נאך

9:48

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

א' פקודי פ״ה

דער סענאט מינאריטעט פירער שומער ווארפט אפ די שארפע קריטיק קעגן אים, וואס מאנכע אין זיין פארטיי זענען בייז אז ער האט געהאלפן פרעזידענט טראמפ דורכפירן זיין פאנדינג בילל ••• "כתר דזשודעיקע" העלפט פאנדן אייער פסח מיט 50% אראפ פון טליתים

7:10

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ד' ויקהל פ״ה

סטיוו בענאן, וואס האט געדינט אלס טשיעף סטראטעגיסט אינעם ערשטן טראמפ אדמיניסטראציע, זאגט אז און אנדערע ארבעטן אויף א מהלך אז דאנאלד טראמפ זאך לויפן און געווינען א דריטער טערמין און 2028 למס' און מער פרטים וועט מען ארויסלייגן אין די קומענדיגע מאנאטן ••• הערליכע סדר טישן אויסוואל קען מען נאך באקומען צו באשיינען אייער סדר טיש, ביי די חתונה מאָלל אין מאנסי/ק"י 845.351.6255

5:15

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ב' ויקהל פ״ה

דאס אמעריקאנער פאלק האבן א שוואכן בליק אויף די דעמאקראטישע פארטיי, בעיקר קומט עס צוליב וואס די דעמאקראטן זעלבסט זענען נישט צופרידן פונעם מהלך וואס די פארטיי פירער גייען • רוב אמעריקאנער זענען סימפאטיש צו אוקריינא און בערך האלב פונעם פאלק גלייבן אז פרעזידענט טראמפ איז גענויגט צו רוסלאנד'ס זייט ••• "כתר דזשודעיקע" איז דער פלאץ פאר יעדן חתן איינצוקויפן אלע דזשודעיקע געבוירן • די הגדה צענטער אין וויליאמסבורג איז ביי בעדפארד קארנער פּארק

9:14

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ה' כי תשא פ״ה

פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער שפירט זייער שלעכט פאר די טויזנטער ארבעטער וואס זענען אפגעזאגט געווארן, אבער רוב פון זיי האבן פשוט נישט געהאלטן ביים ארבעטן, און אונז האלטן מיר די בעסטע מענטשן • טים וואלץ גייט ארויס אויף אַ רייזע ארום אמעריקע אויסצוהערן וואס דאס פאלק דערציילט, דארט וואו די רעפובליקאנער פאָרשטייער אין קאנגרעס וויל זיך מער נישט ארויסשטעלן ביי די טאון האל מיטינגען, היות ס'איז געווארן א פלאץ פאר איבערקערענישן וואס די רעפובליקאנער טענה'ן זענען געדינגען דורך דעמאקראטן צו טומלען און פארפירן ••• "כתר דזשודעיקע" איז וואו יעדער חתן גייט איינקויפן ••• איר קענט נאך האבן א רייכע מאיעסטעטישע סדר טיש ביי די "חתונה מאָלל" אין מאנסי און ק"י דעליווערד בעפאר פסח

12:03

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ג' כי תשא פ״ה

דאנאלד טראמפ פלעגט זיך גאר אפט באנוצן מיטן סטאק מארקעט צו ווייזן די סוקסעס פון זיין עקאנאמיע, אבער היינט ווען די מארקעט האט שטארק געטראסקעט האט ער עס גארנישט דערמאנט אין זיינע צענדליגער מעסעדזשעס וואס ער האט ארויסגעשיקט ••• די מאסיווע סעיל ביי "בן מלך שטריימלעך" גייט אן ביז די וואך מיטוואך 5019 ניו יוטריקט אפן פון 2 ביז 7

8:46

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ו' תצוה פ״ה

פרעזידענט טראמפ האט אין א מיטינג מיט זיין קאבינעט קלאר געמאכט אז דאס שניידן ארבעטער פון זייער אגענטורן ליגט אין זייער האנט, אבער אויב זיי וועלן נישט מאכן די ריכטיגע שניטן, דאן וועט מאסק אריינקומען טאן די ארבעט • די טאריפס האט מען אביסל צוריקגעדרייט צום צווייטן מאל אין בלויז 2 מאנאטן, ווען די ביזנעס וועלט שאקלט זיך מיט אומזיכערקייט וואו אהין דאס גייט פירן ••• ביי "עס ענד דאָבּליו אפלייענסעס" באקומט $200 פארן אינסטאלירן א מיעלא דישוואשער

15:20

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ד' תצוה פ״ה

טאריפס זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף קאנאדע, מעקסיקא און כינע וואס איר אפעקט גייט יעדער אמעריקאנער שפירן • טראמפ זאגט אז די שוועריקייטן וואס גייט קומען אויף די בירגער איז א מוז, כדי צוריקצוברענגען פראדוקציע אין אמעריקע • טייל פון די פראדוקטן וואס גייען ווערן טייערער צוליב די טאריפן ••• "כתר דזשודעיקע חתנים צענטער" שטעלט זיך צו צו יעדער בודזשעט מיט זייער רייכער אויסוואל פון דזשודעיקע געברויכן פאר חתנים

14:31