אלגעמיינע נייעס

וואס טוט זיך? באריכטן און נאטיצן ארום די לעצטע אנטוויקלונגען; לאקאל; נאציאנאל; אינדערהיים און אין אויסלאנד.

סך הכל פון די נייעס: א מאַכטפולע ערדציטערניש האָט אויפגעטרייסלט דרום-מזרח אַזיע, אומברענגענדיג פילע מענטשן און איינוואַרפנדיג א צאָל געביידעס אין טיילאַנד, מיאַנמאַר און אַנדערע לענדער

ו' פקודי פ״ה

די טערמינען פון א מינעראַלן דיעל צווישן אַמעריקע און אוקראַינע זענען נאָכנישט ענדגילטיג אויסגעאַרבעט געוואָרן • א פעדעראַלער ריכטער האָט פאַראָרדענט די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע צו פּרעזערווירן אַלע מעסעדזשעס וואָס זענען אויסגעטוישט געוואָרן אויף די "סיגנאַל" מעסעדזשינג גרופּע צווישן נאַציאָנאַלע זיכערהייט באַאַמטע איבער אַטאַקע פּלענער אויף תימן • קאַר קאָמפּאַניס וואָרענען אַז אַמעריקאַנער קאָסטומערס וועלן זיך דערזען מיט העכערע פּרייזן פאַר פיינענסינג און ליעסינג, און אויך וועט זיין ווייניגער אַפּציעס און אויסוואַלן פון קאַרס, צוליב די נייע טאַריפס • די פעדעראַלע יוסטיץ דעפּאַרטמענט האָט געמאָלדן א ברייטע אויספאָרשונג אויף עטליכע יוניווערסיטיס, איבער באַשולדיגונגען אַז די שולעס שטעלן זיך נישט צו צו א סופּרים קאָורט אורטייל פון צוויי יאָר צוריק • די לאָקאַלע פירער אין ראַטשעסטער, ניו יאָרק האָבן אַראָפּגעריסן לאָקאַלע פּאָליציי אָפיצירן פאַר'ן פאַרלעצן די סיטי'ס סענקשוערי סיטי פּאַליסיס, נאָך וואָס די אָפיצירן האָבן געהאָלפן פעדעראַלע אימיגראַציע אויטאָריטעטן

4:12

סך הכל פון די נייעס: סענאַטאָרן האָבן היינט שאַרף קריטיקירט די פעדעראַלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע פאַר'ן דורכפאַלן צו נעמען שנעלערע שריט צו אַדרעסירן דעם פּראָבלעם פון העליקאָפּטערס נאָנט צו פליגערס

ה' פקודי פ״ה

פּאַלעסטינער טעראָר גרופּעס האָבן געסטראַשעט מיט שטראָפן פאַר אַלע וועלכע טוען מיטאַרבעטן פאראויסצורוקן מדינת ישראל'ס צילן, דורכ'ן אַנטיילנעמען אין די אַנטי-כאַמאַס פּראָטעסטן אין עזה • די אומרוען צווישן פּראָ-אַסאַד קעמפער און די נייע רעגירונג אין סיריע האָט שוין דערגרייכט צום הויפּטשטאָט דמשק, שטעלנדיג אַן ערנסטע פּראָבלעם פאַר די יעצטיגע צייטווייליגע פירערשאַפט • פראַנקרייך האָט פאַרשפּראָכן צוצושטעלן צוויי ביליאָן יוראָ אין מיליטערישע הילף פאַר אוקראַינע, ביים אָנהייב פון א זיצונג צווישן פּראָ-אוקראַינישע לענדער אין פּאַריז וואָס קומט היינט פאָר • פעדעראַלע אויטאָריטעטן אין ווירדזשיניע האָבן אַרעסטירט א פירער פון די ברוטאַלע "עם עס 13" פאַרברעכנס באַנדע, אין אַן אַנטוויקלונג וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט באַצייכנט אַלס א גרויסע דערגרייכונג • די פעדעראַלע העלט דעפּאַרטמענט וועט שניידן צען טויזנט פול-טיים דזשאַבס און וועט אָפּשפּאַרן האַלב פון זייערע אָפיסעס וואָס זיי פאַרמאָגן אין פילע סטעיטס איבער'ן לאַנד • נייע דאַטאַ פון נעסאָו קאַונטי אין ניו יאָרק סיטי צייגט אַז פאַרברעכנס זענען דאָרטן גאָר שטאַרק געפאַלן אין די ערשטע צוויי חדשים פון יאָר 2025

3:42

אקטועלע נייעס: דער פראבלעם פון "דיסלעקסיע" האט באקומען באנייטע אויפמערקזאמקייט ביי דעוועלאפמענט עקספערטן, נאכ'ן קומען צו אויספיר אויף א רייע פונקטן וועגן די טעמע

ה' פקודי פ״ה

כעמיקאלע אינדזשענירן אין אויסטראליע האבן אנטדעקט אן אינטערעסאנטע וועג צו מאכן גלאז אפווארפן וואסער, אזוי ווי עס וואלט געווען באשמירט מיט אויל, וואס קען ברענגען א שטארקע פארבעסערונג אין די גלאז פראדוקציע פאר קארס און טראקס • דער פעדעראל רעזערוו טשעירמאן דזשעראום פאועל האט ביי א פארהער אין סענאט נאכאמאל באשטעטיגט אז די פעדעראל רעזערוו ארבייט שטארק צו פארבעסערן די באנק סערוויסעס פאר קליינע ביזנעסער • אין א צייכן אויף די שטארקע עקאנאמיע פון מאראקא, קומט די נייעס אז דעלטא עירליינס וועט אנהויבן צו פליען נאן-סטאפ פלייטס צווישן אטלאנטא, און די שטאט מאראקעש, אין מאראקא

2:22

סך הכל פון די נייעס: דער סענאַט האָט געשטימט צו באַשטעטיגן פּרעזידענט טראָמפּ'ס נאָמינירטע פאַר די אַמטן אָנצופירן די עף-די-עי און די נאַציאָנאַלע העלט אינסטיטוציעס

ד' פקודי פ״ה

די אַנטי-כאַמאַס פּראָטעסטן אין עזה האָבן פאָרגעזעצט היינט אויך, און האָבן זיך פאַרשפּרייט אויך צו אַנדערע געגנטער, וואו מאַסן איינוואוינער זענען אַרויסגעקומען אין די גאַסן און געשריגן לאָזונגען קעגן כאַמאַס • א רוסישע מיליטערישע געריכט האָט אַרויסגעגעבן לאַנגע טורמע אורטיילן אויף מיטגלידער פון די אוקראַינישע אזאוו רעגימענט, וועלכע זענען געפאַנגען געוואָרן ביי די שלאַכטן אין מאַריאָפּול • די יו-ען אַטאָמישע ענערגיע אַגענטור זאָגט אַז די רוסישע-קאָנטראָלירטע זאַפּאַראָזשיע נוקלעאַרע פּלענט אין אוקראַינע וועט קענען צוריקגעשטעלט ווערן אין באַנוץ אויב א פייער אָפּשטעל גייט טאַקע אַריין אין אַפעקט • א פרישע אויפדעקונג צייגט אַז דער פאַרטיידיקונגס סעקרעטאַר פּיטער העגסעט האָט געטעקסט פּונקטליכע פּלענער אומצוברענגען א הוטי מיליטאַנט פירער אין תימן, 2 שעה בעפאָר די מיליטער האָט דורכגעפירט די באָמבאַרדירונג • די סופּרים קאָורט האָט באַשטעטיגט א רעגולאַציע וואָס איז געשטעלט געוואָרן דורך די געוועזענע ביידען אַדמיניסטראַציע צו פאַרשטאַרקערן גאָן קאָנטראָל אין לאַנד • לאָקאַלע פּאָליטישאָנס, איינוואוינער און קאָמיוניטי גרופּעס האָבן אַריינגעגעבן א קלאַגע אין געריכט קעגן די ניו יאָרק סיטי רעגירונג, איבער מעיאָר עדעמס'ס פּלאַן פאַר גרויסע זאָונינג טוישונגען

3:49

אקטועלע נייעס: אן אינטערעסאנטע שטודיע איז ארויסגעקומען מיט א ליסטע פון פרוכט און גרינצייג וואס קענען העלפן מיט שלאפן בעסער, רואיגער און לענגער

ד' פקודי פ״ה

אמעריקאנער ביזנעסער קוקן שטארק ארויס צו זעהן אויב דער סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועט אננעמען די אפעלאט פון אמעריקען עירליינס איבער די קאמפאני'ס געפלאנטע פארבינדונג מיט דזשעט-בלו אין די ניו יארק ראיאן • רעפובליקאנער אין סענאט האבן נאכאמאל אפיר גענומען די הויפט באאמטע פון די גרעסטע בענק, אבער די טעמע פון פארשליסן אקאונטס אומגעראכטן אדער בכלל נישט אננעמען געוויסע ביזנעסער צו עפענען באנק אקאונטס • דענטל עקספערטן ביי קארנעל זענען ארויסגעקומען מיט אינטערעסאנטע אינפארמאציע אויף די דזשינס וואס שטייען אונטער די ענזיימס וואס הייבן אן די פארדייאונג פראצעדור ווען די עסן איז נאך אין מויל

2:42

סך הכל פון די נייעס: א נייע אַנקעטע צייגט אַז א מערהייט אַמעריקאַנער בירגער גלייבן אַז פּרעזידענטן דאַרפן אויספאָלגן און זיך צושטעלן צו געריכט אורטיילן

ג' פקודי פ״ה

אוקראַינע און רוסלאַנד האָבן דערגרייכט א דיעל פאַר א טיילווייזע פייער אָפּשטעל, נאָכדעם וואָס אַמעריקאַנער באַאַמטע האָבן געענדיגט פירן געשפּרעכן מיט ביידע זייטן • די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט געגעבן פאַר סיריע א ליסטע פון פאַרלאַנגען וואָס זיי ווילן אַז די סירישע רעגירונג זאָל נאָכקומען, אויב ווילן זיי אַז אַמעריקע זאָל אָנהייבן אַראָפּנעמען סאַנקציעס • די שרעקליכע וואַלדפייערן וואָס בוזשעווען אין די דרום-מזרח טייל פון סאַוט קאָרעאַ האָט שוין געקאָסט זעכצן פאַטאַליטעטן, און די באַאַמטע וואָרענען אַז די צאָל אומגעקומענע איז מעגליך העכער • די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע ספּראַוועט זיך מיט קריטיק און נעגאַטיווע דעקונג, איבער די סקאַנדאַל וואָס איז אויפגעדעקט געוואָרן אַז הויכע באַאַמטע האָבן דיסקוסירט מיליטערישע פּלענער אויף א פּובליק סאָושעל מידיאַ נעץ און האָבן געלאָזט א רעפּאָרטער אַלעס מיטהאַלטן • א נעץ פון קאָמפּאַניס וואָס ווערט אַפּערירט דורך א געהיימע כינעזער טעכנאָלאָגיע קאָמפּאַני האָט לעצטנס אָנגעהויבן פּרובירן צו רעקרוטירן אַרויסגעוואָרפענע פעדעראַלע אַרבעטער

0:00

אקטועלע נייעס: ארקענסאו גרייט זיך צו ווערן די ערשטע סטעיט אין אמעריקע צו פארבאטן "דזשאנק פוד" פון ווערן געקויפט דורך פוד סטעמפס

ג' פקודי פ״ה

א לאיער פאר א פרוי אין די בראנקס האט אריין געגעבן א קלעס עקשאן קלאגע אין געריכט קעגן די "רעינאלדס" זילבער פעיפער קאמפאני, זאגנדיג אז די לעיבל אויפ'ן באקס זאגט "מעיד אין יו. עס. עי." אבער עס איז נישט ריכטיג ווייל א גרויסע חלק פון די אלומינום קומט פון אויסלאנד • א טראוועל אינדוסטריע באריכט דעקט אויף אז טראץ די אויפברויז פון קאנאדער בירגער איבער די טאריפס פון אמעריקע, און זייער פארשפרעכונג צו פארן ווייניגער קיין אמעריקע, איז אנדערש וואס זיין טוען אין קאנטראסט צו וואס זיי זאגן • א פרישע אפדעיט פון די עס. בי. עי. אין וואשינגטאן זאגט אז די אגענטור האט נאך נאנט צו 200 ביליאן דאלאר אין "איידל" לאונס וואס דארפן נאך ווערן איינקאסירט

2:10

סך הכל פון די נייעס: לענדער וואָס קויפן אויל פון ווענעזועלע וועלן דאַרפן באַצאָלן א 25 פּראָצענט טאַריף אויף סיי וועלכע האַנדל וואָס זיי וועלן מאַכן מיט אַמעריקע פון יעצט און ווייטער

ב' פקודי פ״ה

א טעראָר אַטאַקע האָט פּאַסירט אין מדינת ישראל, וואו א אידישער עלטערער דרייווער איז געשאָסן געוואָרן און אומגעקומען, און א זעלנער איז פאַרוואונדעט געוואָרן, אויף א הייוועי אין צפון ראַיאָן • אַמעריקאַנער און רוסישע באַאַמטע האָבן היינט אינדערפרי דורכגעפירט געשפּרעכן אין סאַודי אַראַביע געצילט צו דערגרייכן א פייער אָפּשטעל איבער איינשטילן מיליטערישע אַקטיוויטעט אין די וואַסערן פונעם שוואַרצן ים • לענדער וואָס קויפן אויל פון ווענעזועלע וועלן דאַרפן באַצאָלן א 25 פּראָצענט טאַריף אויף סיי וועלכע האַנדל וואָס זיי וועלן מאַכן מיט אַמעריקע פון יעצט און ווייטער • פּרעזידענט טראָמפּ'ס אַדמיניסטראַציע איז געגאַנגען היינט צום סופּרים קאָורט, צו בעטן אַן אורטייל איבער דעם וואָס זיי ווילן אַרויסוואַרפן טויזנטער איינגעשטעלטע פון די פעדעראַלע רעגירונג • אַן אומפּאַרטייאישע גרופּע האָט געוואָרנט אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג קען אַריינפאַלן אין א ריזיקע פון באַנקראָט אין די קומענדיגע פּאָר חדשים • די פעדעראַלע רעגירונג באַשולדיגט אַז דער קאָלאָמביע יוניווערסיטי סטודענט און אַקטיוויסט מואכמוד קאליל האָט באַהאַלטן אינפאָרמאַציע אַז ער האָט געאַרבעט פאַר "אונרא"

3:44

אקטועלע נייעס: צווישן די פארהאנדלונגען אין אלבאני אויף ניו יארק גאווערנאר האוקול'ס נייע בודזשעט קומען ארויס גאר אומבאקאנטע פאקטן איבער די מעדיקעיד סיסטעם אין ניו יארק סטעיט

ב' פקודי פ״ה

גראסערי און רעסטוראנט אנאליסטן באריכטן אומגעראכטענע שטארקע סעילס אויף "פארטיגע מאלצייטן" וואס ווערן פארקויפט פריש געמאכט ארויס פון פרידזשידעיר • דער וואל סטריט דזשורנאל דעקט אויף, אז אין די זעלבע צייט וואס די גרעיטער ניו יארק ראיאן האט נאך אלץ א שווערע מאנגעל אין האוזינג, זענען דא עטליכע סטעיטס וואס האבן שוין אן איבערפלוס פון נייע הייזער • די אינדוסטריע פון "אףף שאור" ווינט מיל פראיעקטן צו פראדוצירן עלעקטריק האט געכאפט א גאר שווערע קלאפ מיט'ן באשלוס פון פרעזידענט טראמפ אויפצוהערן געבן פערמיטן פאר אזעלכע פראיעקטן אין אמעריקע

3:44

סך הכל פון די נייעס: דער פירער פון די סאושעל סעקיוריטי אדמיניסטראציע האט צוריקגעצויגן פון זיין סטראשע אפצושפארן די גאנצע אגענטור, נאכדעם וואס א פעדעראלער ריכטער האט אים קריטיקירט

א' פקודי פ״ה

אוקריינישע און אמעריקאנער באאמטע זענען ערווארטעט זיך צו טרעפן אין סאודי אראביע היינט שפעט פארנאכטס, וואו מען וועט דיסקוסירן די מעגליכקייט פון א טיילווייזע פייער אפשטעל צווישן אוקריינע און רוסלאנד • דער נייער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער מארק קארני איז ערווארטעט צו פאררופן נייע נאציאנאלע וואלן, זוכנדיג א שטארקערע מאנדאט אינמיטן א האנדלס מלחמה מיט אמעריקע • א קרעמלין ווארטזאגער האט געזאגט אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין און אמעריקע'ס פרעזידענט דאנאלד טראמפ האבן מעגליך געהאט מער קאנטאקט און געשפרעכן ווי די צוויי פובליצירטע טעלעפאן קאלס אין די לעצטערע וואכן • פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער גלייבט אז די אטענטאט אויף פרעזידענט קענעדי אין יאר 1963 איז דורכגעפירט געווארן טאקע דורכ'ן שיסער לי הארווי אסוואלד, אבער ער וואונדערט זיך צי אסוואלד האט געהאט הילף • א דיעל איז דערגרייכט געווארן צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און די ווענעזועלע רעגירונג, אז ווענעזועלע וועט אקצעפטירן פליגערס מיט אימיגראנטן וועמען דאס ווייסע הויז וויל דעפארטירן פון אמעריקע • א 49 יעריגער מאן איז געווארן אראפגעקלאפט און גע'הרג'עט דורך אן עלעקטראנישע בייק בשעת ער איז אריבערגעגאנגען די גאס אין ברוקלין

4:07