אידישע נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.

אידישע נייעס: ניו יארק גאווערנער פרוי האוקול האט געמאלדן די אנהייב פון א 19.4 מיליאן דאלאר פראיעקט איבערצומאכן צוויי עלטערע בריקן לענגאויס די סטעיט טראוועי אין די ראקלענד געגענט

ב' פקודי פ״ה

שטייענדיג נאנט צום יו"ט פסח, ווען פילע אידן זענען ערווארטעט צו פליען אריין און ארויס פון ארץ ישראל צו עלטערן אד"ג, האט די חיים וחסד ארגאנאזאציע ארויס געשטעלט א דערמאנונג פאר רייזענדע צו זיין אינפארמירט איבער אלע טרעוול גיידליינס כדי מען זאל זיך נישט אנשטויסן אין פראבלעמען • ניו יארק סטעיט אסעמבלי מיטגלידער און סטעיט סענעטארן ר' שמחה פעלדער, ר' שמחה אייכענשטיין, ר' קלמן יעגער און לעסטער טשענג האבן אפגעשיקט א בריוו צו ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס און די סיטי סאשעל סערוויסעס קאמישענער, בעטענדיג אז זיי זאלן אפשטעלן די פלאן אוועק צו שטעלן א שעלטער פאר היימלאזע אין צענטער פון בארא פארק ביי די 10'ט עוועניו און די 50'ט סטריט • קאלאמביע אוניווערסיטעט אין מאנהעטן האט געמאלדן א פארבאט אויף נוצן מאסקעס דורכאויס פראטעסטן, איינס פון א סעריע שריט צוריק צו שטעלן ארדענונג און ברענגן צו אן אפשטעל ווילדע פרא-פאלעסטינער פראטעסטן

2:35

אידישע נייעס: דער פראנצויזישער פרעזידענט עמענועל מעקרון האט שארף פארדאמט די אטאקע וואס האט פאסירט אויף א רב אין די שטאט ארליענס

א' פקודי פ״ה

מיט גרויס צופרידענהייט האבן תושבי וויליאמבורג אויפגענומען די נייעס איבער די ערעפענונג פון א ביקור חולים צימער אין די לאקאלא וואָודהאָול שפיטאל, וואס וועט בסיעתא דשמיא זיין א שטארקע הילף פאר פאציענטן, זייערע משפחות און זייערע באזיכער • די שטאטראט אין דזשעקסאן-ניו דזשורסי האט באשטעטיגט א פלאן אויסצושטאטן אלע קאוד-אינפארסמענט קארס מיט 'דזשי-פּי-עס' טרעקינג אפאראטן. די פלאן קומט אין ליכט פון א רייע באקלאגענישן אריין געגעבן די לעצטע שטיק צייט און פראגן איבער טויזנטער מייל מיט וואס די קארס זענען גענוצט געווארן אן קיין חשבון

1:25

אידישע נייעס: איד איז געווארן פארשעמט אויף א פליגער דורכ'ן פילאט, ווערנדיג פארטריבן פונעם פריוואטע צימער און דערנאך איז ער נאכגעשריגן געווארן העסליכע אנטיסעמיטישע לאזונגען

א' פקודי פ״ה

דער דעמאקראטישער סענאט פירער טשאק שומער איז ארויסגעקומען מיט גאר שארפע קריטיק קעגן פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג אז ער טאלערירט אנטיסעמיטיזם און באשיצט נישט קיין אידן • א היסטארישע מגילת אסתר פון די אמאליגע אידישע געמיינדע וואס האט עקזיסטירט אין עזה, איז ארויסגעשטעלט אויף אויספארקויף אין ירושלים • דעטעקטיווס אין גרעיטאר מאנטשעסטער, ענגלאנד האבן ארעסטירט א זיבעציג יעריגע פרוי איבער דער מארד פונעם 84 יעריגער איד דוד בערמאן הי"ד

2:38

אידישע נייעס: ציפערן פארעפענטליכט ווייזן אז אנטיסעמיטיזעם אין די שווייץ איז געשטיגן מיט פרעצעדענטלאזע שטאפלן פאריגע יאר, ארויף גייענדיג מיט גאנצע 43 פראצענט פון א יאר פריער

ה' ויקהל פ״ה

ניו יארק סטעיט אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין האט אפגעשיקט א שארפע בריוו פאר סיטי מעיאר עריק עקעמס און די סיטי סאשעל סערוויסעס קאמישענער איבער די באשלוס אוועק צו שטעלן א שעלטער פאר היימלאזע אין די שטאט בארא פארק • אין נאך א טריט פאר די סעיפטי פון פיסגייער אין בארא פארק, איז אינסטולירט געווארן א ספיד קאמערע ביי די 58'סטע סטריט צווישן די 11'ט און 12'ט עוועניוס • ציפערן פארעפענטליכט ווייזן אז אנטיסעמיטיזעם אין די שווייץ איז געשטיגן מיט פרעצעדענטלאזע שטאפלן פאריגע יאר, ארויף גייענדיג מיט גאנצע 43 פראצענט פון א יאר פריער • די באקאנטע היעס פלטים אגענטור האט געמאלדן א שניט פון ארום 40 פראצענט פון איר ארבייטסקראפט און די פארשליסונג פון אירע אינטערנאציאנאלא אפיסעס, א דאנק געלט שניטן פון די טראמפ אדמיניסטראציע • די ראמאפא פאליציי טראפיק סעיפטי יוניט האט דורכגעפירט א קאמפיין אפצושטעלן טראקס וועלכע פארן מיט צופיל וואג

2:13

אידישע נייעס: ראקלענד הצלה האט ארויס געשטעלט א ווארימע דאנק פאר אלע וועלכע האבן געשפילט א ראלע אין דורכפירן די מאסיווע אפגרעיד אין די ראדיא דיספעטש סיסטעם

ד' ויקהל פ״ה

א אינגערמאן פון וויליאמסבורג איז אריבער לאנגע מינוט פון שרעק ביים ווערן נאכגעיאגט אויף די 'בי-קיו-אי' דורך א גרופע כוליגאניס וועלכע האבן אים געזיכט צו שעדיגן • די 66'סטע פאליציי פריסינקט פון בארא פארק האט דורכגעפירט אפאראציעס אוועק צו שלעפן אומרעגיסטרירטע קארס, קארס מיט פאלטשע פלעיטס אדער פארלאזטע קארס • עסקנים אין ווליאמסבורג האבן אפגעהאלטן א זיצונג מיט פאליציי קעפטין סטיוו לוז, וועלכע איז געווארן אויפגענומען אלץ הויפט אפיציר פון די 88'סטע פריסינקט

3:30

אידישע נייעס: משכונות משפחות אין ארץ ישראל האבן אויסגעדרוקט אויפברויז אקעגן די מדינת ישראל רעגירונג איבער די באנייטע באמבארדירונגן אין עזה

ג' ויקהל פ״ה

אידן איבער די וועלט זענען ווייטער מתפלל פאר'ן בחור וועלכע איז פארוואונדעט געווארן אין די שרעקליכע עקסידענט באלד צוויי וואכן צוריק, וואס האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון זיין פאטער דער לאנג יעריגער מרביץ תורה הרה"ג ר' מרדכי זאפיר ז"ל • פייערלעשער האבן היינט צופרי באקעמפט א פייער וואס האט געברענט ביי א קליינע גאז פאוער פלענט פון די 'ניו יארק פאוער אויטאריטי' וואס געפונט זיך אין די וויליאמסבורג געגענט אויף ריווער סטריט צווישן גרענד סטריט און נארט 1'סט סטריט • היינט קומען פאר לאקאלאן וואלן אין א צאלא געגענטער לענגאויס ראקלענד קאונטי, אריין גערעכענט עירמאנט, טשעסנאט רידזש, פאמאנא און ניו העמפסטעד

1:31

אידישע נייעס: די ניו יארק סיטי טראנספארטאציע דיפארטמענט גייט אפהאלטן א קאמיוניטי מיטינג צו דיסקוסירן מעגליכע טוישונגן אויף די פארנומענע וואולעבאוט סטריט צווישן קלעסאן און מארסי עוועניוס אין וויליאמסבורג

ב' ויקהל פ״ה

א שטודיע פארעפענטליכט לויטעט, אז מער ווי 6,500 קינדער אין לעיקוואוד שטייען אויס צו פארלירן לאנטש מאלצייטן אינטער רעגירונג שניטן פארגעשלאגן דורך קאנגרעס ריפובליקאנער • א באפרייטע מדינת ישראל משכון גייט געבן אן אדרעס דעם וואך ביי די יו-ען זיכערהייט קאנסול מיטצוטיילן זיין ערפארונג איבער די לאנגע חדשים וואס ער איז געווען אין געפענגעניש ביי כאמאס • ניו יארק סענעטאר טשאק שומער האט געגעבן א לענגערע אינטערוויו אין בעפארברייטונג צו דעם וואס ער קומט ארויס מיט א בוך וואס טוט אדרעסירן אנטיסעמיטיזעם אין אמעריקא

2:37

אידישע נייעס: צערעמאניעס זענען פארגעקומען אין ניו יארק סיטי אפצוצייכענען 5 יאר פון ווען עס איז געווארן איינגעשטעלט די סיטי-ווייד לאקדאונס צוליב די וויירוס קריזיס

א' ויקהל פ״ה

לעיקוואוד פאליציי טשיף גרעג מאיער האט באגריסט די איינוואוינער אינ'ם שטאט פאר די רואיגע פורים וואס עס איז אריבער אין צייט וואס אזויפיל אידן האבן געטרונקן מקיים צו זיין דעם חייב איניש לבוסומי • אויטאריטעטן אין טאמס ריווער-ניו דזשורסי האבן באשטעטיגט אז א פייער ביי א הויז אין די געגענט איז געקומען א דאנק צוגארעטל מאטריאל מיט וואס מען האט זיך נישט געהעריג אפגעגעבן • די ניו יארק סטעיט פאליציי ארבייט צו קומען אויף די שפירן פון צוויי פרויען וועלכע האבן גע'גנב'ט האנט-טאשקעס פון קונדן ביי לאקאלא געשעפטן אין קרית יואל

1:31

אידישע נייעס: א צעווילדעוועטער אנטי-אילאן מאסק פארשוין האט אנגעפירקלט א האקנקרייץ אויף א סייבער טראק אין ברוקלין, אין אן אטאקע וואס האט פאסירט אינמיטן העלן טאג

מוצ״ש כי תשא פ״ה

ארכעאלאגן זאגן אז זיי האבן געטראפן די סאמע עלטסטע מקוה אין אייראפע, און זיי ארבעטן צו דערגיין מער דעטאלן פון וועלכע עפאכע דאס קומט און וועלכע אידן עס האבן דאס גענוצט • לינקע אידישע גרופעס האבן זיך אנגעשלאסן אין פאלעסטינער אקטיוויסטן צו פארדאמען פרעזידענט טראמפ פאר'ן נוצן דאס ווארט "פאלעסטינער" אלס א פארשעמונג • א פארשוין איז ארעסטירט געווארן איבער דעם וואס ער האט אנגעפירקלט א האקנקרייץ פארנט פון די וועסטשעסטער קאונטי אידישע קאמיוניטי סערוויסעס געביידע אין יאנקערס, ניו יארק • אידישע סטודענטן אין עטליכע יוניווערסיטיס אין ענגלאנד, זענען געצווינגען געווארן צו נעמען ספעציעלע קלאסן, זיך צו קענען צוגרייטן צו אנטיסעמיטיזם וואס זיי וועלן ליידן

2:07

אידישע נייעס: א העפטיגע זיכעריי נאך צוויי אידן אין ערובּע האט זיך געענדיגט ווען די צוויי זענען געפונען געווארן אויף די קאריביען ים

ה' כי תשא פ״ה

מיט געציילטע שעה פארבליבן צום געהויבענעם יו"ט פורים תשפ"ה לפ"ק זעט זיך אן אויף די גאסן אין אלע חרדישע שטעט די לעצטע הכנות וואס אידן מאכן צום גרויסן טאג צו קענען מקיים זיין די מצוות היום פון קריאת המגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים און משתה ושמחה • איינוואוינער פון ניו יארק, ניו דזשורסי און אנדערע ערטער וועלן היינט נאכט מעגליך קענען מיטהאלטן א ליקוי לבנה • די ראמאפא פאליציי דיפארטמענט האט ארעסטירט די צוויי פארברעכער וועלכע האבן דורכגעפירט עטליכע טעג צוריק א באמבע סטראשע ביי א וואלמארט געשעפט אין עירמאנט

2:11