בולעטין

וואס איז נייעס? ברעכנדע נייעס געלופטערט פרישערהייט; ווי נאר עס שפילט זיך אפ אויף די לאקאלע מאפע און נאציאנאלן פראנט.

פרעזידענט טראמפ שליסט נישט אויס מעגליכע מיליטערישע שריט צו פארכאפן קאנטראל אויף גרינלאנד‎

א' ויקרא פ״ה

טראמפ האט געגעבן אן אינטערוויו בשעת א הויכראנגיקע דעלעגאציע אנגעפירט דורך וויצע פרעזידענט ווענס האט אנגעהויבן א באזוך אין די טעריטאריע, און ער האט געזאגט אז עס איז הונדערט פראצענט זיכער אז אמעריקע גייט איבערנעמען גרינלאנד. טראמפ זאגט אז עס איז מעגליך אז מען וועט דאס באקומען דורך געשפרעכן און א נארמאלע דיעל, און אויך איז מעגליך אז עס וועט זיך אויספעלן מיליטערישע קראפט דערפאר.

0:30

מדינת ישראל באאמטע ברויזן איבער ליעק פון האקעלע שפיאנאזש דורך טראמפ באאמטע מעסעדזשינג גרופע‎

א' ויקרא פ״ה

לויט באריכטן פארגאנגענע וואך, זענען טייל פון די האקעלע שפיאנאזש קעגן די הוטי טעראריסטן אין תימן געקומען פון מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטורן, וועלכע פארמאגן מענטשליכע שפיאנען אויף דער ערד אין תימן זעלבסט. יעצט ברויזט מדינת ישראל איבער די ליעק פון די שפיאנאזש, זאגנדיג אז עס שטעלט אין געפאר זייערע שפיאנען אין תימן און אנדערע שפיאנאזש אפעראציעס וואס זיי פארמאגן.

0:30

אפדעיט: די לויות פון די דריי אומגעקומענע פון משפחת סעדה ביים שוידערליכן עקסידענט אין פלעטבוש, וועט פארקומען מארגן זונטאג

א' ויקרא פ״ה

די אומגעקומענע זענען די 35 יעריגע מאמע מרת שרה סעדה ע"ה, און אירע צוויי קינדער דיאנא סאאדע ע"ה 7 יאר, און דבורה סאאדע ע"ה 5 יאר אלט. די עסקנים ארבייטן אויפן סצענע צו פארזיכערן כבוד המת, און די לויות וועלן פארקומען מארגן זונטאג אין פלעטבוש. די ציבור איז ווייטער מתפלל פארן פיר יעריג קינד וואס געפונט זיך ווייטער אין א זייער שווערן צושטאנד, פנחס רפאל בן שרה לרפואה שלימה

0:40

כיזבאללא פירער נאאים קאסאם ווארנט מדינת ישראל מיט מלחמה נאך באמבארדירונגען אויף ביירוט‎

מוצ״ש פקודי פ״ה

דער כיזבאללא פירער נאאים קאסאם זאגט אז די לבנון רעגירונג און מיליטער איז ווייטער פאראנטווארטליך צו אדרעסירן די פארלעצונגען און שריט וואס מדינת ישראל האט געטאן, און ער אפעלירט אז זיי זאלן דאס ערלעדיגן דורך דיפלאמאטישע קאנאלן. קאסאם האט געווארנט אז כיזבאללא שטייט גרייט צו באנייען די מלחמה, אבער האט זיך צוריקגעהאלטן פון דירעקט ווארענען מיט באלדיגע אטאקעס.

0:32

מדינת ישראל באאמטע זאגן אז ס'איז נישטא שאנס אויסצומיידן מיליטערישע קאמף מיט איראן‎

מוצ״ש פקודי פ״ה

די סטעיטמענטס פון די באאמטע קומען אין רעאקציע צו באריכטן אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט ווייטער פרובירט זיך צו ווענדן צו די איראנער רעזשים און האט ערווענט אז עס איז דא א שאנס פאר א נייע דיפלאמאטישע אנהייב. מדינת ישראל באאמטע זאגן אז די אלע פרואוון זענען אומזיסט, און עס איז מער נישטא קיין וועג אויסצומיידן א פולקאמע מיליטערישע קאמף מיט איראן.

0:27

ברוך דיין אמת: פטירה פון הגאון ר' משה גדלי' שוואב זצ"ל ראש ישיבת דגל התורה אין מאנסי, אין עלטער פון 76 יאר

מוצ״ש פקודי פ״ה

די לוי' וועט ארויסגיין מארגן זונטאג 1:30 נאכמיטאג פון ישיבת דגל התורה אויף 111 מעיפל עוועניו אין מאנסי. בשורות טובות.

0:25

אידישע רעסטוראנט אין טאראנטא וואנדאליזירט געווארן מיט אויסגעשאסענע פענסטערס, שוין צום דריטן מאל היי יאר‎

מוצ״ש פקודי פ״ה

די וואנדאלן האבן אטאקירט די גאלדסטראק קאפעי רעסטוראנט אין טאראנטא, וואו זיי האבן אויסגעשאסן די פענסטערס, ממש א טאג נאכדעם וואס זיי האבן געענדיגט פאררעכטן די שאדנס וואס זיי האבן געליטן ביי די פריערדיגע וואנדאליזם. די טאראנטא אידישע געמיינדע זאגט אז די נאכאנאנדע וואנדאליזם צייגט די ערנסטקייט פון אנטיסעמיטיזם אין דער שטאט און די וויכטיגקייט פאר די אויטאריטעטן צוצושטעלן מער פאליצייאישע וואך אין די אידישע געגנטער.

0:33

באריכט: מיסטעריעזע אויפרייס און פייער אין מאסקווע פארניכטעט לימוזין פון רוסישן פרעזידענט פוטין‎

מוצ״ש פקודי פ״ה

עס האט פאסירט אויף א גאס אין מאסקווע ממש איין בלאק אוועק פון די הויפטקווארטירן פון די רוסישע "עף עס בי" שפיאנאזש אגענטור, וואו דער לימוזין האט אויפגעריסן און איז פארניכטעט געווארן אין די פייער וואס האט געברענט א לענגערע צייט. די רוסישע אויטאריטעטן האבן נישט קאמענטירט וועגן דעם פייער, אבער עס קומט אין א צייט וואס דער רוסישער פרעזידענט פוטין האט מורא פאר זיין לעבן צוליב מעגליכע אטענטאט פרואוון דורך זיינע אויסלענדישע אדער אינערליכע פיינט.

0:32

פרישע מאסיווע אמעריקאנער מיליטערישע באמבארדירונגען אויף הוטי טעראר צילן לענגאויס תימן‎

מוצ״ש פקודי פ״ה

די אמעריקאנער מיליטער האט אנערקענט אז זיי האבן באמבארדירט א גרויסע מיליטערישע ציל אין הארט פון די הויפטשטאט צאנא, זייענדיג די לעצטיגסטע אטאקע אין א סעריע געצילטע אנטי-טעראר אפעראציעס זייט צוויי וואכן צוריק. לויט הוטי טעראריסטן אין צאנא, האבן די באמבארדירונגען שבת געקאסט דאס לעבן פון איינעם, אבער די אמעריקאנער מיליטער האט נישט געגעבן קיין דעטאלן פון וועמען זיי האבן געצילט אין די לעצטיגע אטאקע.

0:33

כאמאס געבט אפדעיט פאר קאטאר איבער מעדיצינישע צושטאנד פון אמעריקאנער משכון עדן אלעקסאנדער‎

מוצ״ש פקודי פ״ה

דאס ארויסגעבן די מעדיצינישע אינפארמאציע צייגט וויליגקייט פון כאמאס צו באפרייען אלעקסאנדער און נאך עטליכע משכונות אין אויסטויש פאר א נייע פייער אפשטעל, וואס זאל אנהאלטן פאר פופציג טעג לויט די פארשלאג וואס ליגט יעצט אויפן טיש. מדינת ישראל האט נישט באשטעטיגט די באריכטן איבער באקומען די מעדיצינישע אינפארמאציע פון אלעקסאנדער, אבער האט ווידערהאלט אז סיי וועלכע דיעל מוז אנטהאלטן די באפרייאונג פון כאטש צען לעבעדיגע משכונות.

0:35