יואל פעלזן

ר' יואל קומט אריין קלאר מיט זיינע ברייטע קענטעניסן; דעקנדיג די לעצטע אנשויאונגען אויפ'ן פאליטישן האריזאנט.

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

ה' פקודי פ״ה

שמועס מיטן יושב ראש פון ''עינים'' ר' שמעון לעפקאוויטש הי''ו, איבער די געדאנק און וויכטיגער מעסעדזש פון ''יא דו האסט די כוחות'', וואס דער קאנצעפט האט מען ארויפגעלייגט אויף א ניגון וואס האט שפעטער איינגענומען די חרדישע וועלט

• וואס ליגט אונטער דעם? • וואס מיינט עס פאר יעדן איד, אין אלע צייטן? • דער בארימטער מנגן וואס האט מייסטערהאפטיג אפגעזינגען דעם ניגון, ר' יואל קליין, דערציילט זיין בליק און פערזענליכע געפילן איבערן ניגון • הערט די זיסע קינדערלעך וואס זינגען דעם ניגון אין קלאס און שעפן חיזוק דערפון

1:10:09

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

ב' פקודי פ״ה

Joseph Z. Amsel, PLLC | Criminal Defense Attorney

שמועס אויס פרטים איבערן קרימינעל דזשאסטיס סיסטעם

• וואס אכט צו געבן נישט אריינצופאלן

• תירוצים העלפט נישט, און וועט געווענליך ערגער מאכן

• מאכן געלט דורך זאגן/אונטערשרייבן ליגן, איז געווענליך אומלעגאל

• א ווייב זאל האבן די אויגן אפן פאר סיי וועלכע לעגאלע פראבלעמען, ווייל זי גייט דאס מערסטע ליידן אויב דער מאן ווערט איינגעזעצט

• א איד האט שווערערע פראבלעמען אויב מ'פאלט אריין אין געזעצליכע פראבלעמען

• וואס אכט צו געבן אויב מ'האט א גאן אין באזיץ?

• דרייוון אנגעטרונקענערהייט איז גארנישט קיין וויץ

49:37

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

ה' ויקהל פ״ה

צום זאכליכער שמועס #72 (כמנין חס"ד) הערט א שמועס מיטן איש החסד ר' מתתי' גילבערט פון אר. עס. קעי. איבער א פרישע הילף פראגראם צו העלפן דייקא די בעסערע פארדינער

• ווער קען געניסן פון דעם פרישן איניציאטיווע?

• די פסח און סוכות סעזאנען זענען די שווערסטע צייטן פינאנציעל פאר היימישע אידן

פא פינאנציעלע קלארקייט:

https://RSK.ORG/Signup

38:05

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

ג' כי תשא פ״ה

העסקן הרב החסיד ר' אלימלך פּאָרגעס מיט וויכטיגע נקודות איבער געזעץ

פערטע אין וועכנטליכע געזעץ-סעריע

• העסקן ר' אלימלך פּאָרגעס ני"ו שמועסט אויס וויכטיגע נקודות בנוגע איינהאלטן דאס געזעץ, אלס איינער וואס איז דורכגעגאנגען דעם סיסטעם

• פארניכטן עווידענס איז אומלעגאל?

• איז דא ווען מ'ווייסט בכלל נישט אז מ'איז אונטער אינוועסטיגעישאן?

• זענען די אויספארשער אינטערעסירט צו הערן דיינע תירוצים?

• הערט איבער'ן אומגעשמאקע לעבן אין תפיסה

39:19

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

ב' תצוה פ״ה

דריטע טייל אין די וועכנטליכע געזעץ-סעריע:

צום זאכליך #70 הערט א שמועס מיט דעניעל סטיין, בארימטער לויער און פארטנער ביי Weil, Gotshal & Manges LLP און האט אסאך עקספיריענס מיט היימישע אידן. אלס געוועזענער פראסעקיוטער און טשיף פון די קרימינאלע אפטיילונג אין SDNY, קלערט ער אויף וויכטיגע נקודות:

• איך שפיר איך בין אויפן ראדאר – וואס דארף איך טון?

• פארוואס איז ווייט קאלער קריים הארבער ווי בלו קאלער?

• איז דער יוסטיץ סיסטעם שארפער קעגן חרדישע אידן?

• וואס דארף אונזער ציבור וויסן בנוגע איינהאלטן דאס געזעץ?

28:21

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

א' תרומה פ״ה

צווייטע אינעם וועכנטליכע סעריע איבער געזעץ: באקענט אייך מיטן געזעץ, וועט איר נישט האבן קיין עגמת נפש שפעטער, בעזר ה'. דער לעגענדארער וועטעראן עסקן ר' בעריש פרייליך נ"י וואס איז שוין עוסק יארן אין העלפן אידן וואס זענען אריינגעפאלן אין געזעצליכע פראבלעמען, איז צוגאסט צום זאכליך #69, און שמועסט אויס וויכטיגע נקודות וואס מ'דארף אכט געבן כדי זיך נישט אנצושטויסן אין אישוס מיטן געזעץ

• איז א באונסט טשעק א פעדעראלע קריים?

• ווען איר טוישט קאר אישורענס וואס קען זיין די פראבלעם?

• מעג מען בלינדערהייט נעמען פעקלעך אויפ'ן עראפלאן?

פראיעקט פון: Aleph Institute - Project 432

28:48

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

א' משפטים פ״ה

אין זאכליך מיט יואליש #68 הייבן מיר אן א וועכנטליכע סעריע איבער געזעץ.

• באקענט אייך מיטן געזעץ, וועט איר נישט האבן קיין עגמת נפש שפעטער, בעזר ה'.

• אריינפיר איבערן מהלך און יסודות פון געזעצן און א שטיקל איבערבליק איבערן אויסשטעל פונעם קרימינאלע קאורט סיסטעם.

• אינטערוויו מיטען לויער ר' אבי שניידר פון דער בארימטע פירמע Weil Gotshal

פראיעקט פון:

Aleph Institute - Project 432

46:50

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

א' יתרו פ״ה

צום זאכליכער שמועס #67 הערט א שמועס מיטן ראש מוסדות מאנטיסעלא ר' יעקב מאדלאוויטש וואס שמועסט אויס די וואוקס פונעם הערליכן גאנץ יעריגן יישוב מאנטיסעלא - וואס זענען די שוועריגקייטן וואס מענטשן האבן בשעת זיי קלערן פון זיך אריבערציען צו א נייע געגנט? - די געשמאקע און רואיגע ווינטער לופט אין מאנטיסעלא - און נאך פילע פרטים צו וויסן איידער מ'באשלוסט זיך אהינצוציען

1:03:47

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

א' בשלח פ״ה

צום 66'סטער זאכליך הערט ר' שאול וואסערטייל איבער די "קעמפ שאו" וואס ער האט די זכי' צו מאכן צום 19'טער יאר • פארשידענע אינדוסטריעס האבן זיך געטוישט ווען היימישע אידן האבן עס איבערגענומען • אינטערעסאנטע זאכן, קשרים און אויסגעברייטערט ביזנעס וואס איז געקומען דורכ'ן עקספא ••• "כתר דזשודעיקע חתנים צענטער" איז בארימט מיט איר אויסוואל, פרייזן און העכסטע סערוויס

39:10

זאכליך מיט יואליש - אפהאנדלונגען

א' בא פ״ה

צום זאכליך #65 הערט א שמועס מיט ר' נפתלי "תולי" טעסלער איבער די נושא אז אויך 'איינער וואס ארבעט פאר א צווייטן קען שטארק מצליח זיין' און די וויכטיגקייט פון זיך זעלבסט בויען • וואס איז א גוטע 'פלאן' פאר סוקסעס אין יעדן הינזיכט, בעזר ה'? • וואס איז די ריכטיגע מהלך און בליק ווען מ'איז אן ארבעטער? • אויך הערט א באריכט איבער די געלונגענע צאנז-קלויזנבורג עקספא ••• "כתר דזשודעיקע" האט די שענסטע און ברייטסטע אויסוואל פאר יעדן חתן

55:23