ניטל פראגראם תשפ"ה

ניטל פראגראם תשפ"ה

ב' ויחי פ״ה

דרוקט די פלעי קנעפל צו הערן די לייוו פראגראם

ר' פנחס גלויבער

ג' ויחי פ״ה

הערט איבער דער טי-דאבעליו-עי פלייט 800 וואס איז ווי ארויסגעפאלן פון הימל אין א פייערדיגן אויפרייס מיט א קורצער צייט נאכ'ן אפפליען, און די ערשטע השערות אז דער פליגער איז אראפגעברענגט געווארן דורך א מיסיל אדער באמבע אדער ווי אסאך האלטן ביז היינט אז די עף-בי-איי באהאלט עפעס פון דער עפנטליכקייט.

56:56

ר' הענדל ברייער

ב' ויחי פ״ה

א ניכטערע בליק אויף די היימישע עקאנאמיע: שמועסן מיט דער גראסערי מענעדזשער, מיעט-בארד סוחר, ביזנעסמאן, עמעזאן עקספערט, ריעל עסטעיט אינוועסטירער, פארטי פלאנירער, תומכי שבת אדמיניסטראטאר און לייף קאוטש

1:22:45

ר' דוד וועבער און ר' יצחק קלאר

ב' ויחי פ״ה

אינטרעסאנטע געשיכטעס און עפיזאדן וויאזוי מ'האט פארטריבן א "דיבוק" פון מענטשן, דער דיבוק ביים הייליגן חפץ חיים זצ"ל / דער דיבוק אין אלעסק / דער דיבוק אין קעלם / דער באקאנטע געשיכטע פון דעם דיבוק פנחס בן סופי פון דימונה / און דער דיבוק פון בראזיל

58:58

ר' ישעי' שפרונג און ר' יוסי כ"ץ

ב' ויחי פ״ה

די קעכערס ר' ישעי' שפרונג און ר' יוסי כ"ץ קאכן פאר חשוב'ע ישיבה בחורים, חסידיש און ליטוויש, ווינטער און זוממער,הערט סודות פון קאך פון אונטערן שעפ-לעפל

1:10:07

ר' שמעון ראלניצקי

ב' ויחי פ״ה

אן אינטערעסאנטער שמועס וועגן מענטשן וועלכע פילן אז עפעס גייט פאסירן און ס'פאסירט טאקע, אריינגערעכנט אן איינוואוינערקע פון דעם קיבוץ בארי וואס האט גע'חלומ'ט בעפאר יענעם שווארצן שמחת תורה תשפ"ד, אז טעראריסטן גייען אריינקומען אינעם קיבוץ איר פארכאפן און אזוי האט זי באוויזן אונטערצונעמען שריט זיך צו ראטעווען

55:48

ר' משה קליין

ב' ויחי פ״ה

באזוך ביי די לאנד 'בוטאן', ווי עס איז בכלל נישטא קיין טרעפיק לייטס און שטרענגע באגרעניצונגען אויף טוריסטן, און די ארטיגע קעניגרייך האט איינגעשטעלט א דעקרעט וואס פארלאנגט אז די בירגער מוזן זיין פריילעך

1:14:18

ר' גבריאל לאם

ב' ויחי פ״ה

ר' גבריאל איז געראטעוועט געווארן פון א שרעקליכע קאר עקסידענט, הערט איבער זיין די קבלה אינעם אמבולאנס, די זכרונות פונעם עמערדזשענסי רום, די 3 קאמפלעצירטע אפעראציעס, און דאס פארפאסן די בר מצוה פון א קינד

55:51

ר' נחמן משה גאלדרינג

ב' ויחי פ״ה

ר' נחמן משה גאלדרינג וועלכע רייזט ארום צו פארווארפענע פלעצער איבער די וועלט, זיין באזוך פון עטליכע חדשים אין אינדיע, זיינע רייזעס צווישן בערג, טאלן און וועלדער וואו ער האט זיך געדרייט צווישן שרעקעדיגע פארציקנדע חיות, און די וואונדערליכע השגחה פרטית וואס ער זעט כסדר ביי זיינע רייזעס

1:07:20

ר' זלמן גלויבער

ב' ויחי פ״ה

איבער אינטערסאנטע, מאדנע, און נארישע קינץ שטיקער וואס ווערן די טעג פארקויפט פאר מיליאנען דאלער

1:13:00