תכלית מיט יואליש

תכלית מיט יואליש

א' פנחס פ״ג

תכלית מיט יואליש #44 - צוהערער פרעגט פראגע איבער סעילס / די פארשידענארטיגע מהלכים ווי אזוי סעילסלייט ווערן באצאלט / זיין קאנסיסטענט איז די וויכטיגסטע שליסל צו הצלחה אין סעילס בעזר ה' ---- "גרעיטער סטעף" וועט נעמען אייער טאלאנט און טראגן צום העכסטן פאטענציעל 718.954.7022

19:08

תכלית מיט יואליש

א' קרח פ״ג

צום 43'סטן "תכלית" קומט ר' בנציון אלקובי פון "פלוענטאק" און שמועסט אויס די נושא פון זיך קענען אויסדרוקן אין ענגליש אין ארבעט / ווי וויכטיג איז עס אז מ'זאל בעסער קענען דעם שפראך פון לאנד? / די רעדע איז נישט איבער קענען ענגליש פראפעסיאנאל, נאר פשוט זיך קענען אויסדרוקן די מינימום / אויסער קענען דעם שפראך, איז וויכטיג די וועג און די קאנפידענץ ווי אזוי מ'ברענגט זיך ארויס ----- "גרעיטער סטעף" וועט נעמע אייער טאלאנט און טראגן צום העכסטן פאטענציעל

28:52

תכלית מיט יואליש

א' שלח פ״ג

דער בארימטער טעראפיסט, און לערער פון טעראפיסטן, ר' מאיר חיים פריעד איז דא צום 42'סטן "תכלית", חלק ב' פון "וואס איז די ארבעט פון א טעראפיסט?": ווי אויסגעהאלטן זענען די קלאסן ווי מ'לערנט זיך טעראפי? / וואס דארף מען וויסן איידער מ'גייט אריין אין דער פעלד? / קען מען עס טאן פארט טיים? / הערט וואס עס מיינט צו עוסק זיין אין אזא הייליגע ליין און איר אחריות

27:33

תכלית מיט יואליש

מוצ״ש נשא פ״ג

דער בארימטער טעראפיסט, און לערער פון טעראפיסטן, ר' מאיר חיים פריעד איז צוגאסט צום 41'סטן "תכלית" אויסצושמועסן איבער די "דזשאב פון א טעראפיסט" / הערט נקודות צו וויסן איידער מ'מאכט אפ אריינצוגיין אין דעם ליין / די חילוקים צווישן די פארשידענע סארט לייסענסעס וואס טעראפיסטן האבן, און נאך

28:38

תכלית מיט יואליש

א' בהר פ״ג

צום 40'סטן סעגמענט האבן מיר צוגאסט ר' חיים עקשטיין, סערטיפייד פיינענשל פּלעננער איבער אינוועסטמענטס / דארפן, קענען אדער מוזן געווענליכע ארבעטער אינוועסטירן? / הערט א רייכער שמועס איבער די וויכטיגקייט פון זיך אנשטרענגען צו מאכן אינוועסטירונגען מיט הצלחה בס"ד

28:07

תכלית מיט יואליש

ב' אמר פ״ג

צום 39'סטן תכלית האבן מיר דעם ביזנעסמאן העסקן ר' יושע רובינשטיין פון דזשעי סי סי אוו מארין פארק, און איניציאטאר פון די "דזשעי קאן פרנסה סאמיט" וואס וועט פארקומען א' בהר בחוקותי הבעל"ט אין די פעלעס זאלן / וואס האט געברענגט ר' יושע'ן צו טאן אין די נושא פון דזשאבס פאר אידישע קינדער? / הערט ווי אזוי זיך ארויפצוארבעטן אין א דזשאב / ווי אזוי צו בעטן א רעיז / ווען איז די צייט אוועקצוגיין פון א דזשאב און אריינגיין אליינס אין ביזנעס, און נאך ----- די הצלחה'דיגע קלאסן פון "להשיג" הייבט זיך אן ג' אמור אין ב"פ, רופט: 844.534.2744

26:26

תכלית מיט יואליש

ב' אח"ק פ״ג

די ווייב איז נישט מסכים מיט וואס איר מאן טוט פאר פרנסה, וואס טוט מען? / צום 38'סטער תכלית'דיגער שמועס האבן מיר צוגאסט הרב יקותיאל אלימלך פריעדמאן, א בארימטער מומחה אין עניני שלום בית, וואס צונעמט דער נושא מיט זיין קלארע קלוגע שפראך / די וויכטיגקייט אז ביידע, סיי דער מאן און סיי די פרוי זאלן זיין אויף איין בלאט וועלכע דזשאב דער מאן איז עוסק ---- אן ארבעטער ביי "בערי'ס קאר סערוויס" איז א פרנסה קלה ונקי': 845.640.4600 עקס. #3

22:32

תכלית מיט יואליש

א' תזריע פ״ג

צום פרישן נאך פסח סעזאן, און צום 37'סטער סעגמענט טוט ר' יואליש ארומרעדן איבער פארשידענע נקודות איבער די נושא פון דזשאבס, די צופרידנהייט דערין וכו' / ס'איז א זמן אריינצוקלערן איבער די פרנסה וואס רוב שעות אין טאג ווערט דערין אינוועסטירט

25:19

תכלית מיט יואליש

ב' צו פ״ג

צום 36'סטן תכלית'דיגער שמועס האבן מיר צוגאסט דעם בארימטן שרייבער און שריפטשטעלער ר' שמעון ראלינצקי איבער די נושא פון שרייבעריי / די קוואליפיקאציעס פון א שרייבער / מעלות און חסרונות פון דעם פאך / צו מצליח זיין בס"ד דארף מען גלייכן דעם ארבעט / איבער אידישע כללים און גראמאטיק / ר' שמעון דערציילט איבער זיין מהלך פון שרייבן, פארוואס ליינער זוכן זיינע מאמרים און ארטיקלען / איבער'ן פרישן גלאק וואס איז יעצט אין די געשעפטן, די ארטיקלען, און זשאנער וואס מענטשן גלייכן ---- ר' שיע הערש כץ, פון סי עיטש עס פּעיראָל: 718.483.4460

41:19

תכלית מיט יואליש

א' ויקרא פ״ג

צום 35'סטן תכלית האבן מיר צוגאסט ר' יואל דוד וואלנער, א קעכער קרוב צו 20 יאר, וואס דערציילט וואס פאר א סארט דזשאב עס איז צו זיין א קעכער / וואס דארף מען קענען, פארשטיין און זיין גרייט צו דער סארט ארבעט ----- וועכנטליכע ראפל בחנם, שיקט א טעקסט מיטן ווארט "יואליש" צו 929.642.0006

51:05
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה