א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ג' פקודי פ״ה

שלא עשנו גוי: ר' שמעון און ר' יאנקל שיטן פעך און שוועבל אויף ביידע פארטייען און זייערע פירערס.

דריי שעה פארבליבן צום סוף פונעם דריי-טאגיגן סעיל פון לערנער. הערט דעם פרישסטן עפיזאד פון מענטשן וועלכע האבן באגעגנט דעם מלאך המוות דריי מאל און איבערגעלעבט.

30:21

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ג' פקודי פ״ה

1. בזיונות פאר'ן ווייסן הויז ווען אן אנטי-טראמפ רעפארטער ווערט איינגעלאדנט מיטצוהאלטן א העכסט-געהיימע ווירטואלע זיצונג אויף אן אומזיכערער פלאטפארמע ביי וועלכע גאר סענסיטיווע מלחמה פלענער ווערן אויסגעשמועסט דורך פרעזידענט טראמפ'ס קאבינעט.

2. לכבוד לערנער'ס דריי-טאגיגן סעיל: א פרישן עפיזאד פון עמיצער וואס האט דריי מאל איבערגעלעבט דעם מלאך המוות.

3. פרעזידענט טראמפ ברענגט אריין אין קראפט א גאר אלטע געזעץ צו ארעסטירן 238 ווענעזועלער בירגער און זיי ליפערן צו גאר א ברוטאלער טורמע אין על סאלוואדאר.

32:55

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

מוצ״ש ויקהל פ״ה

די וואך טוען מיר אן די ברילן פון "ענוויזשאן אפטיקעל" צו זען וואס ס'טוט זיך אין א וואונדערליכן שטעטל אין יאפאן וואו שריפות ווערן תיכף פארלאשן דורך א העכסט-סאפיסטיקירטער ספרינקלער סיסטעם וואס נעמט זיך שפריצן אויפ'ן גאנצן שטעטל און פארלעשט יעדן פייער ביז סעקונדעס. מיר וועלן פון דארט פארן קיין לאס אנדזשעלעס צו פארשטיין פארוואס אמעריקע קען נישט בויען אזא סיסטעם צו באשיצן אונזערע שטעט אין פלעצער וואו ס'קומען פאר אסאך שריפות, און... פארוואס בכלל מען בויט שוין היינט גארנישט ספעציעל אין אמעריקע. מיר געבן זיך אויך א דריי מיט "לערנער שטריימלעך" און לכבוד דעם דריי-טאגיגן סעיל פאנגען מיר אן א נייע סעריע פון געשיכטעס פון מענטשן וועלכע האבן וואונדערליך איבערגעלעבט נישט איין, נישט צוויי נאר דריי קאטאסטראפעס. מענטשן וועלכע זענען אויסערגעווענליכע שלימזלים אבער אויך גרויסע בר מזלים.

34:50

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ה' כי תשא פ״ה

ענדליך: פראגרעס צווישן אמעריקע און אוקראינע. ביידע זייטן קריכן אראפ פון הויכן בוים, און מען האלט נאענטער צו א שלום ווי אלעמאל אין די לעצטע דריי יאר

27:37

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ב' כי תשא פ״ה

1. נישט זיך שטופן: א באזוך אין א העכסט-מאדנער שטאט וואו אלע שטאטישע באסעס זענען צעזעצט און צעקראכט, וויבאלד די באסעס שטופן זיך און קראכן אריין איינער אינעם צווייטן אין א פרואוו צו כאפן וואס מער פאסאזשירן. הערט וויאזוי און פארוואס די ארטיגע מענטשן באטראכטן עס אלס העכסט-נארמאל

2. די לעצטע אנטוויקלונגען אינעם טראמפ ווייסן-הויז.

41:40

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א' תצוה פ״ה

דער טראמפ-זעלענסקי אויפרייס אין אוועל אפיס איז געווען היסטאריש און די קאנסעקווענצן קענען זיך שפירן פאר לאנגע יארן. הערט וואס ס'האט זיך אפגעטאן הינטער די קוליסן און וויאזוי ס'איז געקומען דערצו, און וואס מען קען ערווארטן אויף ווייטער. א שמועס מיט הענדל ברייער

39:38

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ד' תרומה פ״ה

1. כאמאס ווייזט ווידעראמאל ארויס איר באבארישן פנים. 2. מדינת־ישׂראל באמבארדירט פריש סיריע. 3. טראָמפּ לאזט נאך אביסל פון זיין אגרעסיווער שטעלונג קעגן אוקראינע

45:12

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ג' תרומה פ״ה

כאמאס ווייזט ארויס איר מערדערליכן פנים ביים באפרייען די קערפערס פון די משכונות וועמען זי האט ברוטאל דערמארדעט; א מאסיווער נס אין ארץ ישראל ווען דער גרויסער באשעפער פארדרייט דעם שכל פון טעראריסטן; א שרעקליכע קאטאסטראפע פארמיטן

18:24

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ג' משפטים פ״ה

אמעריקע האט ארויסגעשניטן אייראפע און אוקראינע און האלט אפ דירעקטע געשפרעכן מיט רוסלאנד, מחליט צו זיין אויף דעם גורל פון אוקראינע. אויך: ביליאנערן אין וואשינגטאן זוכן וואו צו שניידן רעגירונג אויסברענגערייען ביי פראגראמען וועלכע העלפן ארעמעלייט. ס'איז צייט זיי זאלן זיך קוקן אין שפיגל.

39:42

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ה' בשלח פ״ה

פרעזידענט טראמפ איז פארכאפט אין ציונות... דער פלאן צו פארשיקן אלע פאלעסטינער פון עזה שאקירט און איבערראשט די גאנצע וועלט.

39:01