הרב הערשל פריעדמאן

ה' ואתחנן פ'

איבער די ביטערע מיטמאכענישן פון די אידן ביי פארשידענע עפידעמיעס דורכאויס די לעצטע פאר הונדערט יאר, די שווארצע מגיפה, שפאנישע פלו, טיפוס און די יעצטיגע קאראנא מגיפה

1:31:14

מגיד מישרים הרב לייבוש ליש שליט"א

ה' ואתחנן פ'

ווערענדיג יעצט 31 יאר פון ווען ער האט די לעצטע מאל געזעהן זיין טאטע, און איבער רירענדע ניחום אבלים, באזוכן און טעלפאון קאולס, ביי אידן וועם עס ווערט תשעה באב אינמיטן יאר ביים שבעה זיצן ל"ע

58:26

דרשות פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, הגה"צ ר' חיים פייוול שנעבאלג שליט"א און פון הרה"ג ר' שמעון שפיצער פון ארה"ק

ה' ואתחנן פ'

דרשות פונעם לייוו פראגראם דורך די רבנים הגאונים צדיקים שליט"א איבער די שרעקליכע חדשים וואס כלל ישראל איז פאריבער און די חובת השעה

3:27:50

יוצאי תימן הרב פייאיז און אלישע גראדי פון תימן/מאנסי

ה' ואתחנן פ'

וואס ברעכן אויף די אייזערנע פירהאנג און ברענגען א אומצענזורירטען באריכט וואס עס טוט זיך יעצט באמת אין זייער היימשטאט תימן, פארוואס האט זיין טאטע אים געשיקט לערנען פון תימן צו הגה"צ רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל, וויפול אידן וואוינען נאך היינט אין תימן? פארוואס האט דער לעצטער שוחט די וואך פארלאזט תימן? פארוואס האלט תימן ארעסטירט זיין חבר וועלכער האט געהאט א היסטארישע ספר תורה? דאס געוועלטיגן אויף די אידן און זייערע פארמעגנס, און ווי אזוי תימנע אידן האבן איבערגעלעבט קאראנא

1:05:10

העסקן ר' יואל פריעדמאן פון די בארימטע הצלת-נפשות WellTab ארגאניזאציע

ה' ואתחנן פ'

אן אפהאנדלונג איבער די ביטערע צרות וואס אידן האבן געליטן אין די שפיטעלער אין די קאראנא טעג, און ווי אזוי "וועל-טעב" איז געווען א ליכט-שטראל דורכאויס דעם חשכות, - דאס השתשלות פון רצון ביז דעם ריזן פארנעם וואוהין דער פראיעקט איז דערגאנגען

1:10:11

העסקן הרב משה מארגרעטן

ה' ואתחנן פ'

ר' משה וויקעלט אויף די שרעקליכע פיין וואס אידישע ארעסטאנטן גייען אריבער צוליב די וויירוס, אזוי אויך איבער פרישע געזעצן און די ארבייט אויפן פראנט פון פדיון שביים

39:33

ר' יעקב ריכטער, ר' ברוך גיפס און ר' יואל מייראוויטש פון קעטקילס הצלה

ה' ואתחנן פ'

א פענעל מיט די קאארדינעיטאר און פירער פון די קעטסקילס חברה הצלה וועלכע דערמאנען זיך צוריק איבער די עפענונג פונעם הצלה פליגל אין אפסטעיט, באגלייט מיט די אינצידענטן וואס הצלה ד'קעטסקילס האט באהאנדעלט דורכאויס די יארן ביז אהער, ווען הצלה פארמאגט אין די קעסטקילס איבער 15 אמבולאנסן און וואלענטירן א גאנץ יאר

51:14

הרב אליעזר קרויס

ה' ואתחנן פ'

איבער דאס לעבן און שאפן פון אן אלטער בחור, די ברענעדיגע פראבלעם פון אלטע בחורים און מיידלעך וואס דרייען זיך צווישן אונז, און איבער די שרעקליכע שידוכים קריזיס

54:53

בעל מספר הרב מתתיהו גרין

ה' ואתחנן פ'

הרב מתתיהו וועט צוריק פירן די צוהערער צו גענוי 40 יאר צוריק, און וועט אויפוויקלען די געשיכטע אין די אידישע אנטווערפן, ווען א טעראריסט האט געצילט אויף אומשולדיגע קינדער וואס האבן זיך געגרייט צו גיין אין זומער קעמפ. באגלייט מיט ערשטהאטיגע עדות'שאפטן פון דעמאלטס'דיגע קינדער און קעמפ איינגעשטעלטע

1:00:25

ר' אברהם יקתיאל יערמיאש, ר' מנחם ליכטענשטיין, ר' יצחק שטערלינג, ר' אלעזר אבסטפעלד, ר' יודל קריינדלער, און ר' גבריאל זאבעל

ה' ואתחנן פ'

פערזענליכע שילדערונגען פון חולים שנתרפאו, וועלכע האבן ביטערליך איבערגעלעבט די קאראונע תשעה באב, וואס כלל ישראל האט ליידער מיטגעמאכט מיטן שווערן מגיפה אין די פארלאפענע חדשים. די ביטערע וואכן אויף די רעספערעיטארס, און די מצב אין שפיטעלער

2:20:18
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה